425 מאטל גאלדליסט — דער קאמף קעגן חילול שבת 426 נישט לאזן פון די קלעריקאלן׳ װאם גלויבן בלינד אין אלטע נארישע באגריפן! אפרים זײגער־מאכער שרײט מיט א באהאלטענעם קאפ צװישן עולם: דו ביסט אלײן בלינה — איר װעט נישט טאנצן ! רבקה ענטפערט מיט חוצפה : װײל איר װילט נישט׳ װעלן מיר טאקע יא טאנצן. אלע חסידים שרײען צוזאמען: איר װעט נישט טאנצן ! משה יאקיל שרײט ; גײ פארשטעל דײן נאקעדיק פרצוף, דו גײםט דאך שוין אינגאנצן נאקעט. א חרפה און בזױן אויף דיר א קוק צו געבן ! יאסל־חזקאל׳ס העלפט אונטער און זאגט צו איר: דו חצופה אײנע, באהאלט דײנע מכשפה־אויגן, דו קענםט דאך מחטיא־זײן א װעלט. הערצקע יאסל בוקם שרײט: חברים זינגט מיט מיר: ״בלאנדזשעט מער נישט אין דער פינצטער, װאנדערט מער נישט אין דער נאכט״. אברמטשע דעם געלן משה מלכ׳ם װענדעט זיך צו די טענצערס, אז מ׳זאל אים לאזן רופן דעם באלעבאס משה גארליצקי, דער רב װיל מיט אים רעדן.
בירך גארליצקי װערט אויפגעקאכט, צעבײזערט זיך אויף אים און זאגט כהאי לישנא ־ הער נאר דו פענטאק אײנער, מה־ יפיתניק װאם דו ביזט, פון װען אן ביזטו געװארן א פארשטײער פון די קלעריקאליםטן ? ביזט געװארן א פאנאטיקערז פארװאס געדענקםטו שוין נישט, װאס דו האםט אויפגעטאן אין די גרויסע שטרײקן אין לאדזש אין יאר 1905 ? דאמאלם ביזטו דאך געװען א גאנצער רעװאלוציאנער, דו ביזט דאך געװען די רעכטע האנט פון ברוך שולמאן. כ׳קען דיך דערמאנען, װאס מ׳דערצײלט װעגן דיר, דו שײנער צדיק אין פעלץ, װאס דו האםט דאמאלם אויפגעטוען? דו האםט אװעקגעװארפן די תפילין און געשפאצירט מיט מלכה׳לע איבער די לאדזשער גאסן. האסט חוזק געמאכט פון ײדישקײט און הײנט ביזטו געװארן גאטס פארזארגער ? אויך חיה׳לע האט נישט געקארגט קײן װערטער פאר דעפ חםידישן עולם און װען יאםל פאק האט צו איר א געשרײ געגעבן: ״שװײג בעסער, דו ביזט דאך א טעאטער־מויד \״ האט שוין דאם געדולד פון די טענצערם געפלאצט און זײ האבן תיכף אנגעהױבן די מלאכה פון חכמת היד... דעם דב האבן זײ מיט דרך־ארץ ארויסגעפירט פון טויער אן קלעפ. דער איבעריקער עולם האט ארײנגעכאפט געזונטע קלעפ און זיך שנעל צעלאפן, ארוים אויפן פרײען מארק. אויפן מארק זענען געשטאנען גרופעם און דיסקוטירט.
— אדרבא, זאגט יאסקע משה׳ל כלאפאקם זון, װײזט מיר נאך אזא שטעטל װי כמיעלניק, װאס זאל האבן אזוי פיל פארטײען — און נעמט זיך רעכענען אויף די פינגער: ציוניסטן, רעכטע פועלי־צױניםטן, לינקע פועלי צױניסטן, ױגנט־פרײהײט, רעכטע, ױגנט פון די לינקע, צעירי צױגיסטן, מזרחיסטן, השומר, תורה ועבודה, אגודד״ קאמוניםטן, םקויטן,
פראפ. פאראײנען, ספארט־קלובן, דראמאטישע קרײזן, לינת הצדק, לינת החולים, קיגדער־שוץ פון די רעכטע, קינדער־ שולן פון די לינקע און נאך און נאך. יאםל־פענזעל פרעגט : און װאם װילן זײ מאכן ? מאיר פאטאלע ענטפערט : אז מאכי זאלן זײ אלע מיט די זײטן, זײ זענען ערגער װי גוײם, זײ האלטן נישט פון א דין און פארמאגן נישט אין זיך קײן מידת־הרחמים. מאיר איז ממשיך מיטן גמרא־ניגון, אז דער דין איז : ״יציאת שבת היא משעת צאת שלשה כוכבים קטנים ויהױ עומדים רצופים במקום אחד ולא מפוזרים״, און דאמאלם מעג מען מאכן די ברכה המבדיל בין קודש לחול, נעמען די שקצים און דרײען אן דעם ״פאדער״ (גראמאפאן) שבת נאך מיטאג און מאכן זיך א הולײקע. דאס הײסט דאך פשוט א חילול השבת. דערבײ װענדט זיך יאםל יחזקאלם מיט א פראגע : װער זענען די מײדן װאס זענען אזוי חוצפה־ דיק געװען צום רב. זלמן תנא־קמא : אבער חוצפהדיק, ם׳איז דאך ממש א סכנה געװען נעבן זײ צו שטײען, איך בין געשטאנען נעבן אזא... לא עלינו... װאס װאלט געקענט יעדן אײגעם ר״ל... כ׳האב מיר געמוזט פארשטעלן דאם פנים, כ׳זאל זי נישט זען. אויגן האט זי געהאט װי לילית ימח שמה און דערצו כמעט האלב נאקעט רחמנא ליצלן.
מאיר פאטאלע שטופט זיך ארײן אין מיטן רעדל און שרײט : שא, שא, איך װעל אײך נאך עפעם דערצײלן, אז עם װעט זיך בײ אײך אויפשטעלן האר און נעגל. דאם בין איך ערשט געװויער געװארן װען איך בין אהײם געלאפן אין שטוב ארײן נאכן באקומען פון א ױנג א קנאק אין האנט ארײן, װען כ׳בין ארײן מיטן רב צו משה גארליצקי אין הויז ארײן. אט װעט איר הערן פון װעמען די אלע צרות און הפקרות קומען ארוים. װען מײן װײב האט מיר דערלאנגט נאםע טיכער צו דער פארשװאלענער האנט, האט דער קלײנער מײנער דערצײלט״ אז מיט צװײ װאכן צוריק האבן די צױניםטן געשפילט א ״טריאטער״. דער קלײנער מײנער האט זיך ארײנגעשמוגלט אן א בילעט. נו מילא װאם ער האט באקומען פאר דעם ״טריאטער״־גײן, קענט איר זיך שוין פארשטעלן. נאר הערט װאם די לאבוזעם האבן דארטן אנגעחוזקט, אז ם׳איז ממש א חרפה און א בושה. שטעלט זיך פאר, אז ר׳ איטשע מאיר מוהלס זון, צדוקל דער זײדענער ױנגערמאנטשיק און בית־ מדרשניק, שטעלט זיך ארויף אין דער הויך אויף די ברעטער און בפני כל העם ועדה איז ער מקדש די שװארצע בערטע, די טריפהנע שיקסע, װאם װוינט אין לעשמאנם הויז !... — גײ שוין, גײ, רופט זיך אן שמואל־אלי, דאס איז דאך א ״טריאטער״, ס׳איז דאך נישט אויף קײן אמת.
— װאם הײםט — צעשרײט זיך מאיר פאטעלע, — װאס הײסט דאם מקדש־ױין אויף א געלעכטער ? מײן קלײנער האט דאך דערצײלט װי אזוי ער האט זי מקדש געװען מיט אלע פיטשעװקעס, כדת וכדין, מיט א קידושין־רינגל, און געזאגט צו איר הויך אויפן קול : ״הרי את מקודשת לי״. דארטן איז פארגעקומען א ריכטיקע חופה. דוד שמריהם : אויב אזוי איז עם טאקע זײן װײב.