42? פ נ ק ס כ מ י ע ל נ י ק 428 דער װײםער איטשע צעלאכט זיך. װאם הײםט — זאג ער — זײן װײב׳ איך װײס דאך יא מיט װעמען צדוק׳ל גײט׳ גאנצע נעכט שלעפט ער זיך דאך ארום מיט אנטשל זײגער־ מאכערם טאכטער, ער פירט דאך מיט איר א ליבע. דאס קלײנע יצחק׳ל .• אװא, אװא, דער מוהלס זון פירט א ליבע !... אזוי זענען די ײדן געשטאנען און ארומגערעדט די חוצפה־ דיקע גוײשע מעשים, װאס װערן אפגעטוען דורך די שײנע, חםידישע באלעבאטישע זין און טעכטער, ביז ם׳איז אנגעקומען דוד׳ל פינטשעװערם אײדעם, יהושע שװער, און זײ געראטן בעםער צו טראכטן װעגן פרנסד״ און טאמער האט װער א זון אדי׳ר א טאכטער װאס זענען צױניםטן אדער מזרחיםטן, זאל ער דאנקען און לויבן גאט װאס זײ זענען חלילה נישט קײן קאמוניםטן, צוגעבנדיק ־ — — איר אלע, װאס װילט זיץ שטאטם פארזארגער, ם׳זאל חלילה נישט זײן קײן טומאה און גוישקײט אין דער שטאט, זאג איך אײך : אין בית שאין שם צױניסטן. זײט פריער בודק װאס עס טוט זיך אין אײערע ד׳ אמות, װעט איר ממילא נישט רעדן פון איטשע מאיר מוהל׳ם זון צדוק׳ל און נאך פון א זעלכענע... הלואי האבן מיר א סך אזעלכענע גױים װי צדוק. מיט די װערטער האט שיע געװאלט ראטעװען זײן פרײנט צדוקעם כבוד. דער גאנצער עולם האט געזען אז שיע טענהט גאנץ קלוג. יעדער האט זיך באזינען װעגן זײנע קינדער, און דערפאר האבן זײ גלײך אנגענומען שיעם עצה און זיך געלאזט אהײם פראװען מלוה־מלכה.
אין דער זעלבער צייט װען דער חסידישער עולם האט מרעיש־עולמות געװען צוליב הפקרות און חטאים, האבן זיך אויפן מארק אויך גרופירט בעלי־מלאכות און סתם רעליגיעזע ײדן, װעלכע האבן מיט באדויערונג זיך צעטענהט איבער דעם חילול שבת. די אויפרעגונג איז באזונדערס גרוים געװען בײ די באלעגאלעס. זײ האבן זיך צעשריגן מיט הויכע קולות, װאס זענען דערגאנגען עד לב השמים. די מעשה שהיה פון זײער קאכן און זידן זיך איז געװען — װײל אן עלטערער בכבודיקער באלעגאלע, א מתפלל בהשבמה, מיטן ערשטן מנין װאס האט פארנומען דעם אויבנאן בײ דער מזרח־װאנט און דערצו אן עושר מיט צװײ פאר פערד־און־װאגן, האט אין דער זעלבער צײט געװאגט צו מוםרן א צװײטן באלעגאלע, דהײנו געפרעגט צי ער האט שוין פארלאדן די םחורות און אײנגעשפאנט די ,׳גניאדע״. דער באלעגאלע פון דער גניאדע האט זיך באלײדיקט און צעשריגן, הלמאי דער עושר איז אים חושד אין חילול שבת. ״זאל דער עושר בעסער מוסין זײן זון, װאם איז דער שולדיקער אין דער הפקרות, אין דעם װאס יידישע קינדער זענען מחלל שבתז״ — האט זיך געקאכט דער באלײדיקטער. דא איז דער עושר ארוים פון די כלים און ם׳האט א דונער־געטאן מיט קללות פון בײדע זײטן װי פון א ד׳ויל פאם ארוים. װען א דריטער האט זיך ארײנגעמישט ם׳זאל װערן רואיק, שלום, האט זיך דער עושרדיקער באלעגאלע פארענטפערט׳
אז ער האט זײן חבר פון פאך חלילה נישט געמײנט צו באלײדיקן, אז ער ד׳אט בלויז געמאכט א שפאם. ״איז דערפאר דארף ער מיך שטאכעלירן, אז מײן זון איז שולדיק אין דער חילול־שבתדיקער ד׳פקרות? ער איז דאך נישט װערט, —האט זיך װײטער דער עושרדיקער באלעגאלע צעשריגן — צו נעמען מײן זון אין מויל ארײן״• ״א װא, האט זיך אנגערופן דער באלעגאלע פון דער גניאדע, — א קלײניקײט זײן זון, א װאזשנער יחסן, א קאליקעװאטער שנײדער װאם קען קײן פאר הויזן רעכט נישט אויפנײען״. ״הא? — רופט זיך אן דער בעל־מוםר, — מײן זון א שנײדער? יװאס פארא שנײדער? מיץ זון קען זײן... א דאקטאר א... א... א... א שענדזשע און אפילו א מיגיםטערי װער נעמט זיך אן אין שטאט־ראט פאר דער ארעמער באפעל־ קערונג ? מײן זון ! װער האלט די שענסטע רעדעם אין שטאט ? מײן זון י און צו װעמען קומט דער חבר זרובבל, אויב נישט צו מיץ זון, און מיט װעמען חבר׳ט זיך דער בורמיםטש ? — האט ער זיך געקאכט און אזוי בקול רם אויםגערעכנט זײי זונס מעלות טובות. דער באלײדיקטער עושר־באלעגאלע האט מיטן זעלבן טאן אויםגערעכנט די חטאים פון זון צוגעבנדיק : ״װער שלעפט זיך ארום מיט מײדן און גײט אין שײנעם העלן טאג בגלוי־ראש, אויב נישט זײן זון?״
דא האט זיך דער בעל־מוסר אויפםנײ צעהיצט: ״מײן זון האסטו גיזאגט שלעפט זיך ? דו גארנישט אײנער, װײסטו דען נישט, אז מײן זון שפאצירט מיט דער טאכטער פון שענםטן בעל־יחוס? איר פאטער איז דער גרעםטער למדן, דער בעסטער ימים־נוראים־בעל־תפילה״. אליהו באלעגאלע האט עפעס אײנגערוימט זײן שכן שמואל־ איציק א םוד, װאס דאס גאנצע קרעיצל האט געהערט• דער םוד איז געװען, אז אין שטאט גלויבט מען נישט אז אזא מױחסדיקע טאכטער זאל חתונה האבן מיט זײן זון. דער מיםר־זאגער האט שוין פארגעסן דעם באלעגאלע פון דער ״גניאדע״ און זיץ גאנצן כעם אויםגעלאזט צו אליהו באלעגאלע־ ״ד׳ער נאר, דו אלטער אויםגעדינטער כלאפ, װאם טראגסט נאך אויף זיך די אלטע זעלנערישע קאצאפםקע בגדים: דו גרויםער דלפון, װאם דו פארמאגםט קוים אן אלט פארשױוע פגר־פערדל, אן אלטע אפגעשטאנענע שקאפע׳ װאם קען קוים דערשלעפן צװײ זעקלעך מעל פון יאנקל ראהזשעק ביז לײזער בעקער, װילםט שוין אויך האבן א דעה צװישן עלטערע באלעגאלעם? דו װײםט דאך אפילו נישט װאס פארא ברכה מ׳מאכט איבער א רעטאך!״... שמואל איציק און אנדערע באלעגאלעם האבן זיך אנגענומען פאר זײער חבר און אויפ־ מערקזאם געמאכט דעם גביר, ער זאל זיך רעכנען מיט די דיבורים און נישט מבײש־זײן א מענטשן: ״װאם איז אליהו שולדיק, אויב מ׳רעדט פארט אין שטאט אז דער שידוך איז נישט פאסיק!״
אברד׳מלע, א זון פון א הויכער קאלך־אידענע װאם פלעגט מאר פםח קאלכן אן א לײטער און דערגרײכן ביזן העכםטן סופיט האט נאך צוגעגעבן : ״אודאי׳ װי קומט אז א שײנער