Original scan
Original memorial-book scan 219
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1120

429 מאטל גאלדליסט — דער קאסף קעבן חילול שבת 430 ײד װאס איז מתפלל אלם שליזז ציבור די ימים נוראיס, זאל זיד משדך־זײן מיט א באלעגאלע ז״ דא איז שוין אויסגעבראכן די אמתע קריגערײ׳ װאס האט זיד אלץ מער געשטארקט, און ם׳איז כמעט געקומען צו א געשלעג. דורך דער גאנצער צײט האט ארומשפאצירט אויפן מארק. א ברײטבײניקער פארשוין, א ײד א מכניס־אורחים, שבת פרי געדאװנט אין שול בײמ ערשטן דאװענען און געװען שול־גבאי, אויפגעפאסט אויף פינקטלעכע פרומקײט און צו דעם אלעם געשמט אלס גרויסער גיבור. בנים — אלע גבורים שטארק װי לײבן. דערזעענדיק, אז עס האלט שוין בײ ״חכמת היד״ — בײ הײבן הענט, — האט ער זיד אויף זײ צעבײזערט: ״איר פארט שוין דען מיט פערד־און־װאגן בארג־אויף, װאס איר האט זיך אזוי צעװיעטז בעסער גײען פראװען שלש םעודות, דאװענען מעריב, מאכן הבדלה — און ערשט שפעטער — האט ער צוגעגעבן — װען איר װעט מיט אײערע געשפאנטע שקאפעס זיך לאזן אין װעג ארײן׳ װעט איר קענען שרײען אפילו אויף די צײן ד דער עולם איז געװארן רואיק. קײנער האט נישט געװאגט א װארט אויםרעדן אנטקעגן דעם גבאי און גברן, אין א װײלע האבן זיך די יריבים פאר אים פון הארצן אראפגערעדט. דער גבאי האט צוגעזאגט אויםצוהערן בײדע צדדים און אפילו פסקענען װער ם׳איז גערעכט — נאר אלץ נאך הבדלה.

passage_7d9ac9ad46946ed470ee3c62
Passage 2normalized OCR · source chars 1122-2248

גלײך נאך מעריב איז דער עולם ארײן צו איזאק אין ביער־ שענק. דער עלטער באלעגאלע קאפל־קױוע האט פארגעשלאגן אויך אן עק צו מאכן בײ דער געלעגגהײט צו דער שטענדיקער באלעגאלישער קאנקורענץ. ״בראװא !״ — האבן זיך אנגערופן זעליקל און אברהמלע שמײסער, װאם פלעגן ארבעטן בײ די באלעגאלעם אויף דער װאך, בלויז אויף לוין־ארבעט. אחדות זאל זיץז אײנער זאל נישט אראפנעמען דעם צוױיטן די ״פישוינע״ פון װאגן. זאלן מיר באלעגאלעס אויד קענען זײן מענטשן, אז יעדער פון אונז זאל קענען עםן א פײן מיטאג, א פײן נאכט־עסן, קענען מאכן א מלבוש, א פאר שיכלעך פאר קינדערז װען אלע באלעגאלעס זענען שוין געװען פארזאמלט אין דער ביער־שענק, האט דער גבאי געפירט דעם ״פארזיץ״. אבער דאס ערשטע פון אלעם האט ער באפוילן די טישן זאלן נישט זיץ לער, װײל ס׳קען זיך נישט שאפן קײן האר־ מאניע און צופרידנקײט אן א ״לחײם״ פון א פאר פלעשער 96־ער, אן אביסל אײער־קיכלעך, אײער־בײגל און געבראטענע אײער. װאם םארא טעם װעט האבן א שלום םתם אויף טרוקןז װי נאר דער עולם האט ארײנגעװארפן עטלעכע ״לחײמס״ איז בײ יעדן געװארן פרײלעך אויפן הארצן. דער פארזיצער איז אבער נישט אפגעשטאנען, א דרײ געגעבן מיטן קאפ און געזאגט: ״אוי, קינדערלעך, עםעם אן ארעמע שמחה, לערע טישן :״ דער שענקער האט גלײך װידער אנגעהויבן צו

passage_3469605069644434f87c3589
Passage 3normalized OCR · source chars 2250-2574

דערלאנגען מכל טוב, געבראטענע לעבערלעך• פיפעקלעך״ געפילטע מעגעלעך, געבראטענע גענזלער — ״אלמנות״. דער עולם האט זיך א נעם געטאן צו דער ארבעט. ערשט בײם טרינקען ביער האט מען זיך געװינטשן. אפגעגעסן און אפגעטרונקען האט דער פארזיצער זיך געװאנדן צום עולם: ״איז נישט בעםער אזא שבת־אחים װי קריגן זיד און אויםרײסן די העלזער אויפן גאס י״

passage_150256d418ebc1fcadfee6ab
Passage 4normalized OCR · source chars 2576-3842

די מענטשן װאס פלעגן ארבעטן אויף דער װאך, די שמײסערס: דער בלאנדער זעליג, דער דארער אפרים, הארשילע מיט דער טשופרינע, זענען גיך אװעק שפאנען פערד און װאגן און זיך צו לאזן אין װעג אריץ און די יריבים האבן דאן אנגעהויבן צו לאזן הערן זײערע טענות, דאם ערשטע האט באקומען דאם װארט דער גבירישער באלע״ גאלע, װאס האט געטענה׳ט, אז ער האט נישט געמײנט חלילה אימיצן צו באלײדיקן, נאר א שפאס. דער באלײדיקטער האט געטענהט הלמאי זײן חבר האט אים חושד געװען אין חילול השבת• אויםהערנדיק בײדע יריבים, האט דער ׳פארזיצער געפסקנט אז בײדע זאלן זיך איבערבעטן וױיל ס׳איז נישטא קײן ערנסטע סיבות ברוגז צו זײן און בלײבן שונאים. בעסער זײן גוטע פרײנט, און דערפאר װעט ער זעלבםט צאלן פארן ביער. פאר איבעריקן װעט יעדער צאלן גלײך. װאם שײך װידער װעגן רב מיט די חסידים און חילול שבת, האט דער פארזיצער װײטער ממשיך געװען, דארפן מיר, דער פשוטער עולם זיך נישט מישן, זאלן זיך די שײנע ײדן אלײן ברעכן די קעפ, װײל אלע צרות, הפקרות קומען ארויס נאר טאקע פון די חםידישע קינדער. די ערשטע פאראײנען האבן זײ געשאפן, די ערשטע טריאטערם האבן זיי געשפילט. דעריבער דארפט איר זיך נישט קריגן און רײסן זיך בײ די קעפ, אז אײנער מיטן צװײטן זאלן װערן שונאים, בעםער זאלט איר היטן אײערע פרנסות. אזוי װי קאפל־קױוע האט געזאגט, צו שליסן אחדות, נישט צו קאנקורירן מיט די פריחן און נישט אראפ־ כאפן אײנער דעם צװײטן פון װאגן די ״פישוינע״. ״בראװא״•

passage_10e6e544dcc5d9f7b0498704
Passage 5normalized OCR · source chars 3844-4580

— האבן זיך אלע צעשריגן. גלײך האט אברהמעלע פארגעלײגט אײנהײטלעכע םטאבילע פרײזן פאר פארן פון אײן שטאט אין דער אנדערער, צוגע־ בנדיק, אז װען דעם גרויםער יחםן קאפעלע װעט נישט פאסן צו זיץ מיט אוגז, װעט אונזערע אחדות זײן אן אים. די פארגעלײגטע פרײזן זעגען אײנהײטלעך באשטעטיקט געװארן דורך אן אנגעשריבענעם זכרון־דברים, װאס איז באשטאנען פון בלוױ פאסיקלעך און רעדעלעך. פון א ״פישוין״ קײן קעלץ פארן איז באשטימט געװארן א גאנצע זלאטע, קײן סטאשעװ — 1 זלאטע מיט 50 גראשן, קײן בוםק אדער סטאפניץ, פיגטשעװ — אנדערע פרײזן. כדי עס זאל נישט פארקומען קײז שװינדל, איז באשלאסן געװארן צו באשעפטיקן צוױי קאנטרא־ לערן מיט א פענםיע : 10 גראשן אפצאל פון יעדן ״פישוץ״. אלע האבן זיך געגעבן די הענט מקײם צו זײן הײליק דעם באשלוס און נישט מער זיך מישן אין שטאטישע ענינים.

passage_77d530a776b5c5ce3768c952