Original scan
Original memorial-book scan 220
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1189

ישראל יצחק רידעלניק / יענדרעק (נהײה) א גוי װאם האט זײן גורל פארבונדן מיט כמיעלניקער ײדן יענדרעק איז געבוירן בײ ארעמע קריםטלעכע עלטערן, װעל־ כע האבן זײער פרנםה געהאט נאר פץ ײדן. דער פאטער האט געמאכט פארשידענע שװארצע ארבעטן׳ געהײצט די אויװגס אין שבת׳ געװען א טיפישער שבת־גוי ; די מאמע איז געװען א װעשערין בײ ײדישע באלעבאסטעס — אלע יארן האט אזוי די גאנצע משפחה געהאט פרנםה פון ארבעטן בײ ײדן• יענדרעק האט דעריבער פון קינדװית אן געלעבט צוזאמען מיט ײלישע ײנגלעך, גוט גערעדט ײדיש און שפעטער זיך אפילו אויסגעלערנט לײענען א ײדישע צײטונג און א ײדיש בוך. א קאפ צום לערנען האט ער געהאט א גוטן. אין דער שטאטישער ״פאװשעכנער״ פאלקםשול איז ער געװען פון די בעםטע תלמידים. די עלטערן האבן געהאפט, אז װען ער װעט אויפװאקסן װעט ער זײן א גלח. יענדרעק האט געהאט ױיער פיל ײדישע חברים, באזונדערס האט ער זיך באפרײנדעט מיט מיר, וױיל מיר זענען געװען שכנים און אין זעלביקן עלטער. ער פלעגט מיר אפט מקנא־ דין װען ער האט מיך געטראפן לײענען א בוך. איך פלעג אים מוזן דערצײלן אלץ װאם איד האב געלײענט• מיט דער צײט האט ער אויד אנגעהויבן אלײן צו לייענען ײדישע ביכלעד• איד געדענק װי אײנמאל האט ער מיר געטראפן לײענען דובנאװם ,ײדישע געשיכטע״, דאם קאפיטל פון חורבן בית־ שני. איך האב אים דעמאלט געמוזט מסביר־זײן די גאנצע געשיכטע.

passage_53f6ce9830773af59e29b808
Passage 2normalized OCR · source chars 1191-2236

װען כ׳בין אלט געװארן זיבעצן יאר בין איד ארײן אין דער באנײטער ״השומר הצעיר״־ארגאניזאציע, װאס האט געבראכט אן אױפלעבונג בײ דער ױגנט אין שטאט. יענדרעק האט אונדז, ײדישע ײנגלעך, שטארק מקנא־געװען און באדוי־ ערט האט ער װאם ער איז נישט געבוירן געװארן א ײד• נישט אײנמאל האט ער געזאגט, אז ער װאלט זײער גערן געװאלט מיט אונדז פארן אין הײליקן לאנד ארײן, ארבעגין און בויען צוזאמען מיט די חלוצים א נײ לעבן און א נײע• פיל גערעכטערע ארדענונג. איך דערמאן ױך א פאל : אײנמאל זענען אלע מײנע חברים פון קן ״השומר הצעיר״ ארויסגעפארן אויף א זומער־קאלאניע. בלויז איך אלײן בין געבליבן צוליב געװיםע פאמיליע־םיבות. איך האב אבער שטארק געבענקט נאך זײ און געטראכט װי אזוי אראפצוכאפן זיד אין דער קאלאניע — 30 קילאמעטער פון כמיעלניק. דא איז מיר געקומען צוהילף יענדרעק. ער האט מיך גענומען אויף זײן ראװער און אװעקגעפירט אהין. בײם צוריקפארן איז ער אראפגעפאלן פון ראװער און פאר־ װוגדעט געװארן• װען איך האב זיך שפעטער דערפון דער־ װוםט, האב איך אים געפרעגט צי ס׳איז אים כדאי געװען דער גאנצער ענין, ער האט מיר געענטפערט, אז כדי צו באקענען זיך מיט אונדזער זומער־קאלאניע האט אלץ געלויגט•

passage_d22001bd2a0126a16790137e
Passage 3normalized OCR · source chars 2238-2721

אויך װען ער איז עלטער געװארן האט ער זיך בעיקר געחברט מיט ײדישע יוגנטלעכע. צו יענער צײט איז ער געווארן אקטױו אין דער קאמוניסטישער ארגאניזאציע, װעל־ כער ער איז געװען איבערגעגעבן בלב ובנפש און פארשפרײט די אידעע צװישן די פויערים אין דער ארומיקער געגנט. אזוי ביז ער איז ארעסטירט געװארן און איז געזעםן איז תפיםה — אין קיעלץ און אין םאנדאמיר. אין תפיםה האט ער פיל געלייענט און געלערנט — מערםטנטייל דװקא יידישע ביכער, און אזוי ארום איז ער כמעט געװארן א בקי אין דער קלאםישער ײדישער ליטעראטור.

passage_3590b2e5280fb913017d0487
Passage 4normalized OCR · source chars 2723-3780

בײם מלחמה־אויםברוך איז ער אנטלאפן פון תפיםה און אװעק אין די פארנומענע געביטן פון די סאװיעטן• גאך לאנגע װאנדערונגען איז ער אנגעקומען קײז קרים און שפעטער געארבעט אלס מאשיניםט אין א לעדער־פאבריק אין סימפע• ראפאל. װען די שטאט איז אין 1941 פארנומען געװארן דורך די דײטשן, איז יענדרעק פון אײגענעם װילן ארײן אין ײדישן געטא און דארט געלעבט מיט די ײדן. ער האט זיך דערנאך אויך צוגעשטעלט צוזאמען מיט אלע יידן צום גירוש. װען פרײנט האבן אים אויפמערקזאם געמאכט צי ער גיט זיך אפ א חשבון, אז ער גײט צום טויט, האט ער געענטפערט : ״דער גורל פון ײדן איז מײן גורל •״ װען די ם.ס.־לײט האבן זיך דערװוםט, אז יענדרעק איז נישט קײן ײד, האבן זײ איס ארויםגענומען פון דער רײ צום לעצטן װעג און קאנטראלירט. זײ האבן זיך איבערצײגט, אז ער איז נישט געמל׳עט, האבן זײ אים געװאלט באפרײען• ער האט אבער געהאלטן אין אײן טענהן־ ״כ׳בין א ײדי״ די ס.ס.־לײט זענען אים דערבײ באפאלן, צעשלאגן ביז בלוט און אויסגעהאקט די צײן. אויפן װעג איז ער פון טויט־טראנםפארט אנטלאפן צוזאמען מיט א גרופע ײדישע ױגנטלעכע און זיך אנגעשלאסן אין אן אפטײלונג פון ײדישע פארטיזאנער. אין זײערע רײען האט ער געקעמפט ביז דער באפרײאונג.

passage_c4380525d6518b6d220ce365
Passage 5normalized OCR · source chars 3782-4060

נאך דער מלחמה איז יענדרעק געבליבן אין רוםלאנד, אין דער שטאט םעװאסטאפאל. א קראנקער און צעבראכענער נאך די שװערע איבערלעבענישן בשעת די מלחמה־יארן׳ האט ער נישט געװאלט צוריקפארן קײן כמיעלניק זאגנדיק: ״צו װעמען זאל איך דארט צוריקפארן, װען מײנע ײדישע ברידער און חברים לעבן שוין נישט ?״

passage_01fb5decb15a29fa79ba5ce5