לײביש קװאשניעװסקי / דער מגיד (סאן פאולא) קײנער האט זײן נאמען נישט געוװםט. געשטאמט האט ער פון דער שטאט אזארקאװ׳ נעבן יװארשע. מען האט אים בלויז גערופן ״דער מגיד״. דאס איז גענוג געװען׳ אז יעדער זאל װיסן װעמען מען מײנט. ער האט געלערנט מיט די בעלי־מלאכות אין פאליש בײ דער שול די םדרה פון דער װאך. ״עמך״־ײדן װעלכע האבן שװער געארבעט פארן שטיקל ברויט׳ זענען מיט גרויס אינטערעם געקומען אין פאליש ארײן הערן די שײנע חומש־ און מדרש־מעשה׳לעך פון זײער רבין׳ דעם מגיד. ער איז דורך די הארעפאשנע ײדן זײער געשעצט געװארן׳ זײ האבן פון אים געהאלטן װי חםידים פון זײער רבין. פאר דעם לערנען האט ער אויך באקומען א חודשלעכן געהאלט. און נאך א פרגםה האט דער ״מגיד״ געהאט׳ ער האט געלערנט מיט עטלעכע בחורים׳ דערװאקסענע. הגם ער איז געװען איבערגעגעבן זײן פראפעםיע האבן פרומע ײדן פון אים נישט געהאלטן׳ זײ האבן צו אים געהאט טענות׳ אז ער איז גישט גענוג אפגעהיטן אין פרומקײט. איך בין געװען אײנער פון זײנע תלמידים׳ פיר בחורים׳ װאם ער האט אנגענומען. מער װי 4 האט ער נישט געװאלט׳ און די פיר האבן געצאלט אזא פרײז װי 15 אדער 20 בחורים בײ אנדערע מלמדים. לײביש קװאשניעװסקי 1^■
זײן ארט לערנען איז געװען' אנדערש װי פון אלע אנדערע מלמדים. ער האט בעיקר געלערנט תנ״ך׳ און דאס איז מםתמא געװען דער הויפט־חטא זײנער — װאס פרומע ײדן האבן פון אים נישט געהאלטן• איך געדענק װי נאך אין יאר 1912 — װען איך האב בײ אים געלערנט — האט ער משפיע געװען אויף זײנע חלמידים צו לערנען העברעאיש׳ װאם האט אין יענע צײטן געשמעקט מיט השכלה. דאס ערשטע העברעאישע לערן־בוך אין װעלכן ער האט אונדז געלערנט איז געװען דאם בוך ״המחנך״ — װעלכעם געפינט זיך נאך בײ מיר ביזן הײנטיקן טאג. ער האט אויך אבאנירט םאקאלאװס ״הצפירה״ און אונדז פאר־ געלײענט פארשײדענע מאמרים. איך געדענק׳ אין יענעם יאר׳ 1912, איז פארגעקומען דער בײלים־פראצעם און ער פלעגט פאר זײנע תלמידים איבערלײענען אלץ׳ װאם די ״הצפירה״ האט װעגן דעם פראצעם געשריבן און באזונדערס װי אזוי דער מאסקװער רב׳ הרב מזא״ה׳ האט פארטײדיקט מיט שטאלץ און מםירות נפש דעם כבוד פון ײדישן פאלק. מיר׳ זײנע תלמידים׳ האבן אים זײער ליב געהאט צוליב זײן אנדערשקײט. דאס איז אפשר געװען דער ערשטער מאדערנער מלמד אין שטעטל. ער האט געהאט א השפעה אויף פיל ױגנטלעכע פון יענער צײט,