Original scan
Original memorial-book scan 223
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-859

ישראלקעדיזנהויז / מיױ לערער לייבל װילטשיק (טאראנטא) ישראל דיזנהויז אלע האבן אים געקענט אין שטעטל. ער שטײט מיר פאר מײנע אויגן ־ א הויכער אין א טונקל רעקל מיט געשטרײפטע הויזן װי געקומען פון .א גרויסער שטאט. תמיד מיט פאר־ פוצטע שמאלע שיך אין װעלכע מען האט זיך געקענט שפיגלען. זײן גאנג איז געװען א שארפער׳ א האסטיקער. שפרײזן לאנגזאם איז נישט געװען זײן טבע. א מענטש מיט אן אידעאל מוז אפנים מאכן גיכע טריט. אין זײן גאנצער נאטור איז ער געװען א רעװאלוציאנער׳ א טרוימער. און מיטן דאזיקן חלום האט ער דורכגעדרינגען פיל פון דער שטאטישער אינטעליגענץ. ארעמע ארבעטער און הארעפאשניקעס װאס האבן געלעכצט און געשטרעבט נאך א בעסער לעבן, זײנען מיטגעצויגן געװארן אין דער פארטײ — לינקע פועלי־צױן — מיט װעלכער לײבל װילטשיק האט אנגעפירט. װען פוילן האט באקומען איר אומאפהענגיקײט, האבן פיל ײנגע ײדן בײ אונדז אין שטאט געמײנט, אז אט איז געקומען דער מאמענט צו װערן פרײע גלײכע מענטשן.

passage_43468322b823ab4ad53f16a9
Passage 2normalized OCR · source chars 861-1829

א בלוטיקע נאכט האט דעמאלט איבערגעלעבט דאם שטעטל : פון דער גרויםער געמויערטער שול זײנען הונ־ דערטער מענטשן ארויס אין גאס. דערװארעמט דורך פרײ־ הײט־רעדעס האבן זײ מארשירט געשלאסן פול מיט גלויבן איבערן מארק צו דער ײדישער פאלקס־ביבליאטעק. מיטאמאל זענען אבער —די דעמאנםטראנטן צעטריבן געװארן דורך די נארװאס אלײן פון קנעכטשאפט באפרײטע פאליאקן. א פינצטערניש איז מיר מיטאמאל באפאלן, װען איך האב זיך אויפגעכאפט האב איך זיך געפונען אין א רינשטאק און אין א מינוט שפעטער, האב איך זיך דורכבאקומען איבער א פלויט פון א הויף. עמיצער האט מיר געהאלפן. עפעס א לײבל װילטשיק האנט האט זיך אויסגעשטרעקט צו מיר. דאם איז געװען לײבל• ער האט מיר ארײנגעשעפטשעט עפעם אין אויער: ״נעם עם צו, באגראב עס טיף אין דער ערד״... דאס איז שוין געװען א היבשע פאר שעה נאך דער שחיטד״ בעת װעלכער עם זענען אומגעקומען צװײ ײדישע טעכטער און א דריטע איז שװער פארװונדעט געװארן. מען האט מער נישט געזען קײן מענטשן בײ די טויערן אויף די גאםן. איטשע פלוטשעניק, יעקל פרידמאן׳ לײבל װילטשיק זענען שוין געװען אויסער דער שטאט...

passage_ebcdc2d7a356ef46c835fa30
Passage 3normalized OCR · source chars 1831-2764

א צעטומלטער האב איך זיך ארײנגעשארט צו י יורטשיקן אין טויער אויף דער קעלצער גאם, װו מײנע עלטערן האבן געװוינט. אין שטוב האט דאס קאגעניקל אויפן טיש געצאנקט, קוים־קוים באלויכטן א האלב ראד. אויפן טיש — א גלאז מילך װאם מײן מאמע פלעגט אװעקשטעלן פאר איר פאר־ שײטן זון, װאם קומט קײנמאל נישט שלאפן צו דער צײט• א זאך איבער װעלכער מען ציטערט פאלט תמיד ארויס פון דער האנט. דער רעװאלװער װעלכן איך האב אזוי גוט געהיטן האט זיך מיר ארױםגעגליטשט פון הױזן־קעשענע. א נם װאס ער איז נישט געװען אנגעלאדן. איך האב אים אויפגעהויבן און זיך שטיפעריש א שפיל געטאן. דאס האט אויפגעװעקט מײן פאטער. איך האב באלד דערפילט אויף זיך זײן דיקן רימען־ ״ארויס פון מײן שטוב — .א ביקם א רעװאלװער איז נישט פאר קײן ײדן !״ .איך האב זיך גלײך געפינען אויף יענער זײט טיר, און נישט װײט פון ברונעם אויפן הויף, האב איך באגראבן די ״כלי״. אין עטלעכע טעג ארום האבן זיך פארשפרײט ידיעות, אז די מאכט גרײט זיך אויף נקמד״ און אז אין דער ערשטער רײ װעט מען ברענען די ביכער פון דער ביבליאטעק•

passage_ba3bd0b95287d9c182d93107
Passage 4normalized OCR · source chars 2766-3286

לײבל װילטשיק איז נישט פון די ציטערדיקע. ער האט גלײך ארגאניזירט אן אקציע אריבערצופױץ די ביכער פון דער ביבליאטעק צו זײנע שװיגער־עלטערן, ישראל איטשע פעלטשער. אין דער פינצטער, נאך האלבער נאכט פירן מיר ארוים די ביכער דורך די פענצטער פון דער ביבליאטעק מיט אײנרעדלדיקע טאטשקעס. פארטאג איז די ארבעט געװען פארענדיקט. װען איך דערמאן זיך יענע טעג פון רעװאלוציאגערן אויפברויז און געהײמער ארבעט פארן אידעאל, זע איך די װארעמע געשטאלט פון לײבל װילטשיק, מײן ערשטן לערער׳ װאם האט געלעבט און געקעמפט אין דעם באגינען פון 20־טן יארהונדערט.

passage_3874848829ba904b7f71c7b9