Original scan
Original memorial-book scan 224
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-727

דוד נײמאו / מיױ פאטער איטשעלע נײמאו (טאראנטא) געבוירן אין א רעליגיעזער הײם, דער אײנציקער זון אין א משפחה פון מײדלעך. ער האט באקומען א רעליגיעזע דערציאונג און ביז צו בר־מצװה געװען א ישיבה־בחור, גענוי װי פיל אנדערע חברים זײנע. צװישן די ישיבה־בחורים האבן זיך צו יענער צײט געפוגען אזעלכע, װאס האבן אין געהײם אנגעהויבן לײענען ביכער פון פרץ, שלום־עליכם, אש. איטשעלע האט מערםטנם ליב געהאט צו לײענען דראמעס פון ײדישע, װי אויך נישט ײדישע שרײבער, און װען ער איז פון צײט צו צײט געפארן אויף א באזוך קײן לאדזש צו זײן שװעסטער, האט ער זיך ארײנגעכאפט אין ײדישן טעאטער. דאס האט אים שפעטער געגעבן די מעגלעכקײט אײנצופלאנצן אין כמיעלניק די ליבע צום ײדישן װארט דורך דער בינע, װאס האט ביז דעמאלט, לויט װיפל איך געדענק פון דערצײלן — נישט עקזיסטירט.

passage_3d1477c68f6e4378e0f53521
Passage 2normalized OCR · source chars 729-1686

די צעירי צױן, אין װעלכע מײן פאטער איז געװען א מיטגליד, האט אויפגעפירט די ערשטע פיעםע ״בר־כוכבא׳/ אונטער זײן רעזשי. די פיעסע איז אדורך מיט גרוים דער־ פאלג. פיל כמיעלניקער געדענקען נאך די אויפפירונג ביזן הײנטיקן טאג. ער האט אויפגעפירט דראמען און אפערעטעס מיט יעדער ײדישער ארגאניזאציע, און כאטש די דאגות פרנםה זענען געװען גרויס, האט ער זיך מיט לײב און לעבן געװידמעט דער דאזיקער ארבעט. דאס האט אים אויך נישט געשטערט צו זײן אײנער פון די ערשטע לערערס פון מוזיק, ײדיש און געזאנג אין דער ערשטער ײדישער פאלקם־ שולע אין אנהויב פון די 20־ער יארן. אויך דארט האט ער מיט די קינדער אויפגעפירט פארשידענע פיעסן. איך געדענק נאך אלס קינד, װי מײן פאטער פלעגט מיך מיטנעמען אויף די רעפעטיציעס, װאם ער האט געמאכט מימ ״השומר הצעיר׳/ רעכטע פועלי־צױן, לינקע פועלי־צױן, בית״ר, אלגעמײנע צױניםטן און אפילו מיט דער דעמאלט אומלעגאלער קאמוניםטישער פארטײ װעלכע האט געטראגן דעם גאמען ״דער נאדל־פארײך/ צװישן אנדערע האט ער אויפגעפירט ״באנטשע שװײג״, װאס איז מיר באזונדערס אײנגעקריצט אין זכרון.

passage_d7011dfa1f5096248aef1cc2
Passage 3normalized OCR · source chars 1688-2842

די טעכנישע מעגלעכקײטן פון אויפפירן א פיעסע זענען געװען באגרענעצט, האבן זיך די טעאטער־ליבהאבער צונויפגעקומען בײ אונדז אין הויז, געזאמלט געלט צװישן פארמעגלעכע פרײנט. מען פלעגט ברענגען קאסטױמען פון קעלץ אדער לאדזש, אבי צו מאכן די אונטערנעמונגען דער־ םאלגרײך. װען מײן באבע, בײלע מרים האט נאך געלעבט, פלעגט זי זאגן מוםר דעם טאטן: ״נו׳ איטשעלע, פאסט עס פאר ד׳־ר, דוד קראקעװערם זון, צו שפילן ״טריאטער״ז און דערצו נאך מיט פרעמדע מײדן ז״ מײן פאטער פלעגט איר פיל זאכן צוליב־טאן, טראגן די ״ײדישע״ מלבושים און די בארד נישט ראזירן. פון טעאטער איז אים אבער שװער געװען זיך אפצורײסן. נאך מײן באבעס טויט האט מײן פאטער אויסגעטאן די לאנגע קאפאטע מיטן ײדישן היטעלע און צוגעפוצט דאס בערדל; און כאטש די דאגות פרנםה זענען גרעםער געװארן, וױיל עס זענען צו אונדזער פאמיליע צוגעקומען נאך צװײ שװעסטער, און מיר זענען שוין געװען פיר קינדער, האט מען געקענט זעען אין גאס יעדע פאר װאכן אפישן, װאם האבן אנגעזאגט א פרישן טעאטער־ספעקטאקל. מען האט מײן פאטער אויך אנגאזשירט קײן בוסק, װו ער פלעגט אויפפירן פיעםעס מיט דער דארטיקער לינקער פועלי צױן־ארגאניזאציע. כאטש פון טעאטער האט ער קײן לעבן נישט געמאכט׳ האט ער צו יעדער אונטערנעמונג זיך באצויגן װי דאס װאלט געװען זײן ברויט. איטשעלע נײמאן

passage_86b3356021a018697af723e9