Original scan
Original memorial-book scan 237
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-779

465 עסקנים ואנשי־שם 466 יעקב (יאנקל) פרידמאן איך געדענק אים פון יענע יארן׳ װען ער איז שוין געװען אין זיין פולן געזעלשאפטלעכן און פאליטישן אויפשטייג, געבוירן בײ הארעפאשנע עלטערן׳ ערלעכע אין זײער גאנץ װעזן און פארנעם׳ איז ער געצװונגען אין די פריעסטע יארן אנצוהײבן ארבעטן בכדי צו פארדינען אויף זײן חױנה. באשאנקן מיט געבױרענער אינטעליגענץ׳ רײסט ער זיך נאך װיםן* װידמעט זײנע פרײע שעהן צו לערנען אץ לײענען• זײן גאנץ װיסן דערגרײכט ער דורך זעלבםטבילדונג. זיץ שולע איז געװען די נויט און דער װארשטאט. ער איז געװען דער מיטגרינדער פון דער ײדישער פאלקם־ שול און איר לײטער, זײן גאנצע נשמה אוז הארץ לײגט ער ארײן אין דער פארבעסערונג אץ פארשענערונג פון דער אינ־ סטיטוציע. װערט גיך פארטײ־מנהיג אץ פארטרעט די פארמײ אײף אלע צענטראלע צוזאמענפארן װו מיט דרך־ארץ האט מען זיך צוגעהערט צו זײן װארט.

passage_5a064b24d1cc1beeb9949fa3
Passage 2normalized OCR · source chars 781-1790

גאר ספעציעל הײבט זיך זײן געשטאלט ארוים אלס לאװניק אין מאגיםטראט. עם געדענקט זיך זײן היםטארישער ארוים־ טריט אין דער ײדישער שפראך צום ערשטן מאל אין דער געשיכטע פון כמיעלניקער שטאט־ראט׳ פאר םובסידירן די ײדישע פאלקם־שולע׳ שטאט־ביבליאטעק און אנדערע געזעל־ שאםטלעכע אינםטיטוציעם. ער האט דערמאנט דערבײ די שטאט־פארזארגערם׳ אז עם זענען פאראנען משפחות װעלכע פרירן אינעם װינטער און זומער לײדן זײ דוחק אין פרנםה. זײן שטוב איז געװען א הײם פאר אלע די װעלכע האבן זיך גענויטיקט אין הילף און אין אן עצה. ער האט געזארגט פאר דער טובה פון גאנצן שטעטל׳ דערפאר איז די באציאונג צו אים געװען מיט אזוי פיל ליבע און כבוד׳ נישט בלויז פון זײנע אײגענע חברים׳ נאר אויך מצד זײנע קעגנער. אידעאל און מעשים זענען בײ אים געװען אײן הארמאנישע גאגצקײט. משה גורגעל עלקע קאנערצוקער־קאו נאך אין איר פריער ױגנט האט זי אין זיך אײנגעזאפט דעם צױניסטישן גײסט. זי איז געװען די עושה ומעשה פון געזעלשאפטלעכן און צױניסטישן לעבן אין כמיעלניק. נישט געװען אין שטעטל קײן שום קולטור־אונטערנעמונג אן דער געניטער׳ ארגאניזאטארישער מיטארבעט פון עלקע קאנער־ צוקער.

passage_78454f75230631e40b85237c
Passage 3normalized OCR · source chars 1792-2677

יעדע פאראנשטאלטונג׳ יעדער צוזאמענטרעף׳ יעדער אינטעליגענטךקרײז׳ אלע פײערלעכע עפגטלעכע ארויםטריטן׳ זענען געװען פון פארויס געזיכערט מיט הצלחה׳ װײל עלקע קאנערצוקער האט צוגעטראגן איר װיטאליטעט׳ איר איבער־ געגעבנקײט. עלקע איז געװען די פיאנערין פון ײדישן טעאטער אין כמיעלניק. אלײן אן אמתע שוישפילערין׳ האט זי מיט נאטיר־ לעכער פשטות און טיפן געפיל פארקערפערט די הויפמ־ראלן אץ דערבײ האט איר רעזשיםאריש אויג געהיטן די גאנצקײט פץ דער פארשטעלוגג. פרוי עלקע קאנערצוקער —קאן ז״ל דערעפנט אין פאריז דעם פורים־באל בײ דער כמיעלניקער סאםעטי׳ 17.3.1957. מיר׳ פון א דור שפעטער׳ האבן געהאט בײם װעמען צו לערנען. עלקע אױ אבער געװען פון די םאמע ערשטע׳ פון די בויער. געקומען איז עם צו איר פון דעם אינערלעכן דראנג צו װיסן און פארשריט. א םך האט זי געשעפט םון דער הײם־אטמאםפערע פץ דער קולטורעלער משפחה קאנערצוקער. עלקע איז געװען פון די אידעאלע ײדישע טעכטער׳ א גוט־ הארציקע און אײדעלע נשמה. געשטארבן — 12.6.57.

passage_795cb56eaf44dd21549024aa