Original scan
Original memorial-book scan 242
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1042

אליהו ברשלמה / דער אנהױב פװ געזעלשאפטלעכו לעבו (נױ־יארק) חנוכה 1914. די צארישע ארמײ מארשירט אויף קראקע, אין די קארפאטן־בערג און האלט אין דורכמארשירן אונדזער שטאט כמיעלניק. דער װינטער שטעלט זיך א שװערער מיט שטארקע פרעסט און טיפע שגײען. אין א פרימארגן׳ װען ם׳האט געבושעװעט א זאװיערוכע איז פארפארן א מיליטערישער שליטן פארן פראנט פונעם געװעלב פון שלמה קלארמאן און ס׳שטײגן אויס דרײ מענער אין מיליטערישער קלײדונג׳ קומען ארײן אין געװעלב. אײנער פון זײ מיט אויםגעשטרעקטע ארעמס. — שלום עליכם׳ ר׳ שלמה׳ קרוב מײנער : — ערשט גאכן ארויםקריכן פון די מיליטערישע בגדים האבן מיר דערקענט ־ — מיכל האכבערג, א זון פון ר׳ אלתר האכבערג, מורה הוראה אין קיעלץ (מײן מוטערס ע״ה א קוזין). ער האט אנגעהויבן דערצײלן, אז אין קיעלץ האט זיך געגרינדעט א הילפס־ קאמיטעט צו העלפן די נויט־לײדנדיקע, געגרינדעט געװארן איז ער אויפן אויפטראג פונעם צענטראלן ײדישן הילפם־ קאמיטעט אין פעטראגראד. און ער, מיכל, .אלם פארשטײער, איז באפולמעכטיקט געװארן צו גריגדן אן אפטײלונג אין כמיעלניק. — זעלבסטפארשטענדלעך, אז דאם אלץ איז מיט דער הסכמה פון דער מיליטערישער הויפט־קװארטיר, און דערפאר

passage_78ed5f72a12133694d8c0537
Passage 2normalized OCR · source chars 1044-2296

— מײנע צװײ באגלײטער. — ר׳ שלמה — זאגט מיכל — איר קענט דאך די ײנגװארג אין כמיעלניק, מיט װעמען, דענקט איר, קאנען מיר גײן צום טיש און ארגאניזירן .א הילפם־קאמיטעט ? איר קענט דאך די חברה ; גאכן אויםארבעטן די ליסטע, װעלכע מען האט מיר איבער־ געגעבן, אז איך זאל יעדן אײנעם פון זײ לאזן װיסן און זײ אײגלאדן אויף 3 נ.מ. דעם זעלבן טאג צו בערעלע שמש (טראמבאצקי), װעלכער האט צו יענער צײט געװוינט אינעם גרויםן בית המדרש. פינקטלעך 3 א זײגער נ.מ. עפנט מיכל האכבערג די זיצונג און רופט אױם די אײנגעלאדענע: 1. אברהם זילבערבערג, א זון פון ר׳ איטשע זילבערבערג : 2. חײם אביגדור דיאמאנט, א זון פון יאםל דיאמאיט־ קאםעק : 3. מאטל װײםבארד, א זון פון יאסל שמואל פישלם : 4. ישכר קאנערצוקער, א זון פון מענדל קאנערצוקער ־ 5. דוד יחיאל לעמבערג, א זון פון משה לעמבערג — עקספעדיטאר : 6. אברהם לאנגװאלד, א זון פון יאנקל לאנגװאלד : 7. הענע אליהו (כעליע) לאנגװאלד, א זון פון יאנקל לאנגװאלד : 8. אברהם מענדעראװסקי, א זון פון יעקב מענדעראװסקי: 9. אבא דיאמענט, א זון פון יאםל דיאמענט־קאסעק : 10. ישראלקע גוטמאן, א זון פון שלמה גוטמאן ; 11. ישראלקע פײנגאלד, א זון פון משהקע פײנגאלד ; 12. נפתלי פײנגאלד, א זון פון משהקע פײנגאלד; 13. ליפע נירענבערג, א זון פון שמעלקע אײנבינדער ; 14. דוד מאשנבערג, א זון פון יאסל, איטשל רופא ; 15. לײבל װילטשיק, .א זון פון יאסל, דער לאמער לערער ;

passage_53e85da6374859424dd92bb3
Passage 3normalized OCR · source chars 2298-3450

16. אברהם פינטשעװםקי, א זון פון יאסל פינטשעװסקי: 17. יצחק גראנעק, א זון פון בערל גראנעק ; 18. הערשל גוטמאן, א זון פון ױנה גוטמאן; 19. ױדל פײנגאלד, א זון פון חײם מרדכי פײנגאלד: 20. יעקב םילמאן, א זון פון הרב אברהם יצחק םילמאן ; 21. פנחס םקורזשעװםקי, א זון פון ישראל בעל־בית. (אלע נעמען זענען פון זכרון. אויב׳ חלילד״ איך האב אימיצן פארפעלט, בעט איך אנטשולדיקונג). אלע ענטפערן, אז זײ זענען אנװעזנד, און אין א פאר קורצע װערטער האט דער שליח מיכל האכבערג איבערגעגעבן װעגן זײן שליחות. ער שלאגט פאר : א. מען זאל דערװײלן א פארזיצער. ב. יעדער אײנער זאל אײנצאלן צו 25 קאפיקעם, כדי זיך צו פילן אלס אן אחרױתפולער מיטגליד אין הילפם־קאמיטעט. ס׳װערט באשלאםן אז דער קאמיטעט זאל גלייך צוטרעטז צו דער ארבעט. ג. דינגען א פלאץ, װו מען זאל קענען אײנארדענען א קיך׳ װו ברויט און טײ זאלן אויםגעטײלט װערן פרײ צו די נויט־ באדערפטיקע און אויב מעגלעך, צו באקומען אן ארט צו קאכן און אויסטײלן פרײ געקאכטע מיטאגן. נאך דעמזעלבן אװנט איז געדונגען געװארן אזא פלאץ אויף דער פינטשעװער גאם בײ ר׳ משה דזשארע, װעלכער האט געהאט .א ביר־שענק, װאס איז צוליב דער מלחמה געװעזן געשלאסן. ד. באמיען זיך צוצוציען מער מיטגלידער צום קאמיטעט• נאך א פאר קורצע געזעגענונגם־װערטער לאזט דער שליח

passage_d187fb07e3677f5640501d32
Passage 4normalized OCR · source chars 3452-3706

איבער 50 רובל אויף דירה־געלט און אנדערע אויםגאבן, און די זיצונג װערט געשלאסן מיטן געזאנג פון התקװה. אט די זיצונג, גלויב איך, איז אויך געװען די אפיציעלע גרינדונג פון דער צױניםטישער ארגאניזאציע אין כמיעלגיק. ארום יענער צײט, װען דער הילפם־קאמיטעט האט אנגע־

passage_34813c608f749fb63f3baa7c