505 יעקב סרײדמאן — די ביבליאטעק 506 געװען א שװערער, שנײ און גליטש האבן געשטערט דעם צוטריט צום לאקאל. ס׳איז געװען אונדזער אויפגאבע צו געפינען א נײע דירה פאר דער צױניםטישער ארגאניזאציע. נאך גרויסע אנשטרענ־ גוגגען איז געלונגען צו קריגן א לאקאל אין צענטער פון שטאט, אין יעקב מענדראװסקים הויז אויפן הויף. ם׳זענען פון ם׳נײ ארײנגעשטעלט געװארן נײע שענק, אנגעפילט מיט ביכער, און אײנגעשטעלט א סעקרעטאריאט מיט דער האפענונג אז דאס מאל װעט די דירה זײן א דירת קבע. די אלגעמײנע שטאטישע ביבליאטעק, װאס איז דאן געװען אונטער דער אויפזיכט פון דער לינקער פועלי־צױן־פארטײ, האט זיך מיט א צײט שפעטער אריבערגעטראגן צו יאנקל קוטעק־מילער אין הויז׳ אױפן ערשטן שטאק, רוג מריצע און שידלעװער גאס. די ביבליאטעק האט דארט פיגורירט אינטערן נאמען * ״די געזעלשאפט פון דער ײדישער ביבליא־ טעק אין כמיעלגיק״. אין יענער צײט איז אבער די געזעלשאפטלעכע און קול־ טורעלע ארבעט אין א געװיסער מאס שװאכער געװארן. לײבל װילטשיק איז ארויסגעטראטן פון דער פארטײ. ער איז ארײן אין דער צעירי־צױן־באװעגונג.
די ױגנט האט זיך געפילט װי אין קלעם. די פוילישע מאכט האט געגומען זי פאליטיש פארפאלגן. עקאנאמיש איז דער דרוק געװען גרוים. מען האט זיך בכלל געראנגלט מיט שװערע םיטואציעס פון טאג־טעגלעכע געשעענישן. טײל פון דער ױגנט האט זיך געריםן אויםצװואנדערן — װער קײן אמעריקע װער אין אנדערע לענדער. צװישן די אידעאליםטן װאם האבן זיך געקלאמערט אויפצוהאלטן די ביבליאטעק איז דא װערט צו דערמאגען אײנעם פון די אקטיװע כוחוא, װאם האט זיכער אװעקגעלײגט זײן קענטיקן שטעמפל אויף דער געזעלשאפטלעכקײט. אין דער לעצטער צײט איז געװען בײרעך גארליצקי, אן אקטיװער טוער נישט גאר אין דער ביבליאטעק, נאר אויך אין פאליטישן לעבן. א מענטש מיט א שטארקן װילן. בײ אים איז יעדע אוממעגלעכע זאך געװען מעגלעך. אויף א באשײדענעם אופן פלעגט ער די שװערסטע אקציעס דורכ־ פירן• איך װיל דא דערמאנען אז טאראנטא האט אויך א חלק געהאט אין דער ײדישער ביבליאטעק אין כמיעלגיק. אין זײנער צײט האב איך דערהאלטן א ברױול פון דעם שטילן באשײדענעם טוער בײרעך גארליצקי, אין װעלכן ער האט געבעטן אויב ם׳איז מעגלעך ארויםצוהעלפן מיט פינאנציעלע מיטלען, צו מאכן גרינגער די שװערע לאגע פון דער ביבליאטעק.
ישראליק דיזנהויז, חײם פינקעלשטײן און מײן וױיניקײט האבן אונטערגענומען אן אקציע צו שאפן א םומע געלט, געזאמלט אין די הײזער בײ לאגדםלײט, און אװעקגעשיקט קײן כמיעלגיק. מיר האבן דערהאלטן דאנק־בריװ מיט א פאטאגראפיע פון דער פארװאלטונג• דאם װאם איך האב דא פארצײכנט איז בלויז א קלײגער טײל פון דעם, װאם עס האט זיך אפגעשפילט אין שאפערישן לעבן פון דער ױגגט אין יענער צײט. דאם איז נישט מער װי א טײל פון דעם װאס מײן זכרון האט ארויפגעבראכט. די שטאט־ביבליאטעק אונטער דער לײטונג פון די לינקע פועלי־צױן, 1935 זיצן פון רעכטס : שרה בלאנק, ליפע העלםגאט, שלמה־יאםל גלײט, ברוך גארליצקי, הערצקע דיאמענט, יעקב קװאשניעװסקי, משה גורגעל. שטײען פון רעכטס : מאניש קלארמאן, פרץ מידלאזש, זעליק מענרלעװיטש, לײביש יאקעל קאכען, לײביש פרױמאן.