Original scan
Original memorial-book scan 256
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-945

503 פנקם כמיעלניק 504 צו די אלע פאליטישע כוחות איז צוגעקומען נאך דער אקטאבער־רעװאלוציע די קאמוניםטישע פארטײ. קײן גרויםע װארצלען האט זי בײ אונדז אין יענער צײט נישט געשלאגן. דער רעװאלוציאנערעד קאמף, װאס חאט ארומגעכאפט די ײדישע ארבעטער־גאם איבערן גאנצן לאנד איז דערגאנגען אויך צו אונדז. נאך אן ארבעטער־פארטײ װאם האט בײ אונדז נישט געשלאגן קײן װארצלען, איז געװען דער ״בונד״. אין יענער עפאכע האט זיך בײ אונדז נישט געפונען קיץ אײן בונדאװיעץ. די שטאטישע ביבליאטעק װו ס׳האט תחילת געהערשט א חברישע אטמאםפער, איז נאך דער פארשארפונג פון פארטײ־ קאמף פארװאנדלט געװארן אין א פאליטישער ארענע, אנשטאט די איגטערעסאנטע באלערנדיקע לעקציעס און דיסקוסיעם איבער גאציאנאלע און קולטורעלע פראבלעמען, װאם האבן געהאט פארכאפט די ױגנט, האט מען איצט דארט געהאלטן אין אײן ארומקריגן זיך. פון װארשע פלעגן גאנץ אפט פארשידענע רעדנער באזוכן אונדזער שטאט: צױגיםטישע, לינקע פועלי־צױניםטישע און פון צייט צו צײט צעירי־ציון־פירער, זײ פלעגן האלטן דעם עולם געשפאנט מיט פלאמיקע רעדעס.

passage_91dc4ed12278d38b5563d1eb
Passage 2normalized OCR · source chars 947-2006

דער לײדנשאפטלעכער פארטײ־קאמף האט זיך אלץ מער צעשפילט און איז ארײנגעדרונגען אין שטוב, אין דער משפחה. א ברודער א ציוניםט האט זיך ארומגעקריגט מיט זײן לייבלעכן ברודער א ליגקער פועלי ציוניסט. אין טײל הײזער פלעגט זיך טוען חושך... א גרויסן דערפאלג האט בײ אונדז אין שטאט געהאט דער פירער פון די לינקע פועלי־צױן אין פוילן, חבר זרובבל. װען ער פלעגט קומען איז דער לאקאל שטענדיק געװען געפאקט מיט מענטשן איבער די ברעגעס. זײן שײנער אויםזען מיט זײן הערלעך־אויםגעקעמטער בארד, האט דער־ װעקט רעספעלט. זיץ שפראך — קלאר, שפילעװדיק, בילדלעך מיט אםך איבערצײגונג. די קריגערײען צװישן די רעכמע און לינקע אויף דער ײדישער גאם האבן דערװײל קײן גרויםע ענדערונגען אין דער װעלט נישט געמאכט. אלץ איז געבליבן בײם אלטן. די ארעמקײט איז געװאקםן, גראבסקים ״עגלה״ האט .אלץ געהאלטן אין אײן ארויספירן פון די ײדישע הײזער, פון ײדישע קרעמלעך, דאס לעצטע ביםל בעבעכעם מיטן לעצטן ביסל סחורה אלס שטראף פאר נישט־באצאלטע גרויסע שטײערן צו דער מלוכה־קאםע. מיט יעדן טאג האט דער ײדישער דלות זיך אלץ מער צעלײגט און צעשפרײט איבער ײדישע הײזער. די גאנצע ענערגיע פון דער ױגנט איז אבער געגאנגען אויף פארטײ־ארומרײסענישן.

passage_88489eb0533598dcd3b77cc6
Passage 3normalized OCR · source chars 2008-3167

א מחלוקת האט זיך אויך צעפלאקערט איבער דער ביבליא־ טעק. די רעכטע האבן געטענהט אז זי איז זײער, זײ זענען געװען די גרינדערס, די פאקטישע איניציאטארן. דער אמת איז טאקע, אז די אלגעמײנע צױניסטן האבן געשאפן די מאטעריעלע און גײםטיקע מעגלעכקײטן, און אװעקגעלײגט דעם יסוד צו באשאפן אזא קולטור־צענטער. די לינקע האבן געטענהט, אז זי געהערט גאר צו זײ, וױיל זײ זעגען א מערהײט. האבן די לינקע אויפגעהאנגען א שלאם, זענען געקומען די צױניםטן און אויפגעהאנגען זײער שלאס אויף דער ביבליאטעק. די גאנצע שטאט איז ממש געגאנגען אויף רעדלעך. די אײנציקע, װאם האבן נעבעך געשװיגן און זיך גישט געקענט ארײנמישן אין קאמף זענען געװען די הונ־ דערטער ײדישע און העברעאישע ביכער, װאם זענען געשטאנען אויסגעשטעלט אויף די פאליצעם און געװארט מען זאל זײ קומען אויםלײזן פץ דער תפיסה. אין מגידם בית המדרשל האבן זיך אנגעהויבן לאנגע אםיפות און קריגערײען — יעדער פון זײן צד האט געװאלט האבן די אויבערהאנט, געװונען די שטימען אויף זײן זײט. די אסיפות האבן זיך געצויגן דרײ טעג. נאך דעם װי די ארגומענטן פון בײדע צדדים זעגען אויםגעשעפט געװארן, איז מען צוגעטראטן צו שטימען. ם׳איז פארארדנט געװארן דורכצופירן א געהײמע אפשטימונג. מיט אײנגעהאלטענעם אטעם און הארצקלאפן האט יעדער געװארט אויף דעם אויםגאנג פון דער אפשטימוגג.

passage_05a45b0d8f9bbe4f20e3da56
Passage 4normalized OCR · source chars 3169-4003

בײם מעלדן דעם רעזולטאט פון דער אפשטימונג האט זיך ארויסגעװיזן, אז א מערהײט שטימען האבן געקריגן די ליגקע פועלי צױן, און זײ זענען געװארן די באלעבאטים פון דער ביבליאטעק. אײנער פון די אלגעמײנע צױניסטן האט זיך אויפגעשטעלט א בלאםער אויפן פנים און מיט א שטילער שטימע געמאכט א קורצע דערקלערונג: מיר האבן פארלוירן בײ דער אפ־ שטימונג. די שטאט װעט פון איצט אן האבן אגשטאט איץ ביבליאטעק צװײ ביבליאטעקן. מיר זענען געװען די גרינדערס, װילן מיר איר זאלט אונדז ארויםגעבן די העברע־ אישע ביכער. אויף דעם זענען די לינקע פועלי־צױן אײנגעגאנגען, אבי ס׳זאל זײן שלום על ישראל. די אלגעמײנע צױניםטן האבן באלד נאך דעם געדוגגען א לאקאל הינטער דער שטאט בײ א גוי (גולאן). דארט איז אײנגעשטעלט געװארן א פרישע קולטור־הײם מיט א ביבליא־ טעק און נײע ײדישע און העברעאישע ביכער. דארט אין דעם לאקאל איז דורך דער איניציאטױו פון אברהם זילבערבערג געגרינדעט געװארן די ״עבריה״.

passage_026a6f6d4be0c56741ae5c5a
Passage 5normalized OCR · source chars 4005-4545

די העברעאיש־רעדנדיקע ױגנט האט זיך גרופירט ארום דער ,׳עבריה״, ס׳זענען ארגאניזירט געװארן פארלעזונגען, רעפעראטן אין דער העברעאישער שפראך. אקטױויטעט און םיםטעמאטישע קורםן זענען אײנגעשטעלט געװארן. ס׳זענען צוגעגרײט געװארן יארצײט־פײערוגגען פון ציוניסטישע מנהיגים. ם׳זענען געשפילט געװארן זאכן פון שלום־עליכם, רעציטאציעם און אײנאקטערם אין העברעאיש, אפילו א דראמאטישע םעקציע איז געגרינדעט געװארן. פון צײט צו צײט זענען געגעבן געװארן טעאטער־פארשטעלונגען. גאגץ לאנג האט אבער די נײע קולטור־הײם דארט נישט געהאט קײן קױם, מחמת אין װיגטער־צײט איז דער צוגאגג

passage_998ec7c9a3c970f36377a4c3