יעקב פרײדמאו / די ביבליאטעק - דער צענטער פװ ױגנט־לעבו ומיאמײביטש/ י א גרופע ױנגעלײט האט זיך ארומגעטראגן מיטן געדאנק צו שאפן א ביבליאטעק מיט ביכער אין עטלעכע שפראכן, בעיקר אין ײדיש, העברעאיש און פויליש. אסך ױנגעלײט האבן זיך מתחײב געװען צוצוטראגן זײערע פריװאטע ביכער, און אזעלכע זענען געװען אין גאר א גרויםער צאל. די איניציאטארן װעלכע האבן זיך געשטעלט אין שפיץ צו עפענען אזא קולטור־צענטער זענען געװען די אנגעזעענ־ םטע עםקנים אין שטאט, צױניםטישע װארטזאגער און אידעאליסטן, װאם האבן מיט זיך געטראגן דעם אונױוער־ םאלן געדאנק צו פארשפרײטן ליכט און װיסן צװישן דער ױגנט, און גלײכצײטיק האבן אן עפנטלעכע טריבונע פאר באלײכטונג פון ײדישע און װעלטלעכע פראבלעמען. ם׳איז ארויםגעלאזט געװארן אן אויפרוף, דורכגעפלאכטן מיט שײנע מליצות * ״װער ס׳װיל שעפן פון קװאל פון חכמה און װיסן זאל קומען צו אונדזער ״אוצר הםפרים״, װאם הײםט ײדישע ביבליאטעק, װעלכע מיר גרײטן זיך עפענען זונטיק אװנט אויפן שידלעװער װעג, אריבער דער בריק בײ אברהם הארש פרידמאן אין הויז״.
די שטאט־באלעבאטים, שײנע ײדן, איבערהויפט חסידים, האבן גענומען מורמלען, אז די ״השכלה״ לא עלינו האט זיד ארײנגעכאפט אין שטאט, און די משכילים האלטן שוין לאנג אין פארשפרייטן שטילערהי^ ״טרפה־פסולען״, ביכער, צװישן די זינדלעך און טעכטערלעך. און איצט האבן זײ שוין געקריגן די חוצפה ארויםצוקומען מיט זײערע שמד־שטיק בפרהםיא. זײ קאנען אראפפירן זײערע קינדער פון דרך הישר. אנדערע האבן געזאגט, אז מען דארף רעדן מיט א. ה. פרידמאן, דעם באלעבאם פונעם הויז און אים װארענען, הלמאי ער האט ארײנגעלאזט צו זיך אין הויז די דאזיקע חברה, מען דארף אים רופן צום רב און קגםענען. די אלע פראטעםטן האבן אבער נישט געהאלפן. אין א שײנעם זונטיקדיקן אװנט האט זיך די ױגנט אויםגעפוצט אין יום־טובדיקע קלײדער און גענומען שטראמען צו דער פײערלעכער דערעפנונג. די ביבליאטעק איז באשטאנען פון אײן גרויםן צימער. די שענק פארפוצט מיט בלא־װײס פאפיר, די װענט באהאנגען׳ אחוץ אנדערע דעקאראטױוע אויםשטאטונג מיט בילדער פון ד״ר הערצל, מענדעלע און אגדערע ײדישע און העברעאישע שרײבער. סך הכל זענען געװען וױיניק ביכער. אין די אויגן פון דער ױגנט האט אבער אויסגעקוקט װי ם׳װאלט געװען דער שענסטער און גרעםטער אריםטאקראטישער םאלאן. די באציאונג צו ךי װאס זענען געשטאנען בראש פון דער
קולטור־אינסטיטוציע איז געװען פול מיט דרך־ארץ. די יוגנט האט זיך ממש ארויפגעװארפן מיט לײב און לעבן אויף די ביבער. זײ ממש געשלונגען• ביכער זענען געגאנגען פון האנט צו האנט. מ׳האט געלײעגט מיט גרויס התמדה. גײענדיק אין ביבליאטעק האבן די ױגנטלעכע דערװײל צװישן זיך געשלאםן באקאנטשאפט, אפגעהאלטן זעאונגען, געמאכט באגעגעגישן און ״ראנדקעם״. פרײדיק, ױגנטלעך געלעכטער האט זיך געטראגן װײט ארום. די גאס װאס איז געלעגן צופוםנם פונעם בארג אויפן שידלעװער װעג איז פארװאנדלט געװארן אין א צענטער פון ױגנטלעכן לעבן. א באזונדערע אטראקציע זענען געװען די אפטע רעפעראטן׳ פארלעזונגען, ״ליטערארישע אקאדעמיעס״ און ״ליטערארישע משפטים״, װאם מ׳פלעגט דורכפירן פון צײט צו צײט איבער א געװיםן העלד פון א ליטעראריש װערק. פאר דער שטאטישער ױגגט, װאס האט זיך דערצויגן אױף דער יידישער און העברעאישער ליטעראטור און אויף די װערק פון פוילישע ליטערארישע שרײבער איז די ביבליאטעק געװען די ערשטע שול, װאם האט געעפנט פאר זיי א פענצטערל צו דער גרויםער װעלט פון פראגרעס. פון די רײען פון אט דער דאזיקער תמימות־גלויביקער ױגגט זענען שפעטער ארויסגעקומען גרויםע אידעאליסטן, םאציאלע קעמפער, װאם האבן נישט נאר געװאלט איבער־ בויען דאם ײדישע לעבן אויף געזונטע יםודות, גאר אויך די גאנצע װעלט.
אט דעם דאזיקן גלויבן האבן זײ געשעפט פון דעם ענגן ביבליאטעק־צימערל. אין דער ביבליאטעק האט זיך שטענדיק גערעשט און געקאכט 1 מ׳האט געפירט היציקע דיםקוםיעם איבער צױניזם און םאציאליזם, איבער ײדישיזם און העברע־ איזם. טעאטער־אמאטארן פלעגן דא אדורכפירן זײערע רעפעטיציעם און שפעטער מאכן די טעאטער־פארשטעלונגען אין דער םטראזשאצקער ״שאפע״. מיט דער צײט איז די צאל לײענער געװאקסן. נײע ביכער זענען צוגעקויפט געװארן. דער אײנער צימער איז געװארן קלײן. ביז מיר האבן זיך איבערגעטראגן איז א מער פאםיקערן לאקאל םון צוױי שײנע צימערן, װאם מיר האבן געדונגען בײ חײם קצב אין הויז. דארט זענען אינסטאלירט געװארן גײע שענק, און די ארבעט האט זיך אלץ מער אויםגעברײטערט. אײנצײטיק האט זיך אנגעהויבן אן אינטענסױו םארטיײ לעבן. ם׳האבן געקעמפט אלגעמײנע צױניםטן מיט ליגקע פועלי צױן, ס׳האט זיך אויך באװיזן די צעירי צױן, באקעמ־ פנדיק סײ די אלגעמײנע צױניםטן םײ די לינקע פועלי־צױן.