Original scan
Original memorial-book scan 254
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-730

499 פנקם כמיעלניק 500 האט דער מייםטער צו אים גוטמוטיק געזאגטל נעם זיך דאס פעקל׳ מײן ליבער בחור און זוך זיך אן אגדערן ארבעטס־ פלאץ״. די באדינגוגגען פון ארבעטער זענען דעמאלט געװען שרעקלעכע. עלטערן פלעגן אפגעבן זײערע ײנגלעך צו א שנײדער אויף דרײ יאר׳ צוצאלנדיק אים א געװיםע םומע געלט׳ װי ס׳איז דאן געװען דער מנהג׳ מיטן באדיגג׳ אז אין משך פון דער צײט דארף אים דער מײסטער אויםלערנען דאס פאך. אפטמאל זענען אבער יארן אװעק און דאס לערן־ ײנגל האט נאך צומאל נישט געקענט צונײען א קנעפל. די מײםטערס פלעגן פשוט אפחוזקן פון די לערנײנגלעך און זײ שיקן מיט שליחותן. אונדזער פאראײן האט געװאלט דעם מצב אויסבעסערן. דערצו איז נויטיק געװען צו באקומען א לעגאליזאציע. װארעם נישט זײענדיק לעגאל האט יעדער אײנער שנײדער־מײםטער אונדז געקאנט לאזן ארעסטירן.

passage_a21aedd13cd21d5c0a426dcb
Passage 2normalized OCR · source chars 732-1461

דער צענטראל־קאמיטעט פון ד־ פראפעסיאנעלע פאראײגען פון גאנץ פוילן האט זיך דאן געםונען אין די הענט פון ״בונד״ אין װארשע׳ און ער האט געשיקט לעגאליזאציעם אין יענע שטעט און שטעטלעך׳ װי די דארטיקע פראפ׳־אפטײלונג האט זיך געפינען אין די בונדישע הענט. אין די שטעט װו ס׳האט איבערהויפט קײן בונדישע פארטײ גישט עקזיסטירט׳ האנן זײ מיט פארשידעגע תירוצים די לעגאליזאציע נישט געשיקט. מורא האבנדיק׳ אז מען זאל אונדז אין א שײנעם העלן טאג נישט אײנזעצן אין ״חד־גדיא״ — האבן מיר געזוכט פאר־ שידענע דרכים װי אזוי די לעגאליזאציע דאך ארויסצו־ באקומען. נאך א לאנגען נאכטראכטן האבן מיר באשלאסן׳ אין נאמען פון א גרופע מכלומרשטע בונדישע םימפאטיקערס׳ װענדן זיך צום בונדישן צ.ק״ ער זאל אונדז צושיקן א בונדישן רעפערענט׳ כדי אונדז העלפן ארגאניזירן א בונדישע פארטײ

passage_0237b5391a44606904d3051f
Passage 3normalized OCR · source chars 1463-2009

אין כמיעלניק. וכך הװה. באלד איז אראפגעקומען קײן כמיעלניק א חבר פון בונדישן צענטראל־קאמיטעט און זיך געװענדעט צו מיר׳ כ׳זאל װאס שגעלער צוזאמענרופן די גרופע בונדישע םימפאטיקערם. ם׳איז דאן פארגעקומען א גראנדיעזע פארזאמלונג׳ אויף װעלכער ס׳זענען אנװעזנדיק געװען כמעט די גאנצע פועלי־צױן פארטײ׳ װי אויך ױגנט פון פארשידענע פארטײען. דער בונדישער חבר פישמאן האט דאן אװעק־ געלײגט א דרשה׳ לויט אלע דינים פון בונדישן שולחן ערוך. װען ער האט געענדיקט׳ האט ער אין גרוים עקםטאז אויס־ גערופן : ״ענדלעך האבן מיר ארײנגעדרונגען אין דער במיעלניקער צױניםטישער פעםטונג •״

passage_fc7191d99ea05be3fb74460c
Passage 4normalized OCR · source chars 2011-2932

מיט זײן אנטײל האבן מיר אינעם זעלבן אװנט געשאפן א צײטװײליקן גרינדוגגם־קאמיטעט פון דער כלומרשטער בונדישער פארטײ. מיר האבן אים דאן געגעבן צו פארשטײן׳ אז איגעם פראפעםיאנעלן נאדל־פאראײן׳ װאם די לינקע פועלי צױן שאפן׳ בילדן מיר 90 פראצענט און אז ער זאל זיך משתדל זײן׳ מיר זאלן װאס שנעלער באקומען די לעגאלי־ זאציע און אז אדאנק דעם װעט די בונדישע השפעה װאקסן געװאלדיק. מיט גרוים צופרידנקײט פונעם בונדישן ״נצחון״ אין כמיעלניק האט ער זיך מיט אונדז געזעגנט׳ פארשפרעכנ־ דיק װאם שנעלער אונדז צו שיקן די לעגאליזאציע. צו זיץ זכות מוז איך צוגעבן׳ אז ער האט געהאלטן װארט. אין א שײנעם פרימארגן האב איך באקומען אן אײנלאדונג פון דעד כמיעלניקער פאליצײ. כ׳בין אהין אװעק מיט אליהו קלארמאן און באקומען פון דער פאליצײ די לעגאליזאציע װאם איז געשיקט געװארן אויף מײן נאמען אלס סעקרעטאר פונעם נאדל־פאראײן. כ׳האב זיך דאן געמוזט אונטערשרײבן׳ אז אלץ װעט פארקומען אין די ראמען פון געזעץ. אט אזוי איז אנטשטאנען דער פראפעסיאנעלער נאדל־ פאראײן אין כמיעלניק.

passage_be2ae63e85c1838cd92398f2