Original scan
Original memorial-book scan 253
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1131

שלמה נײמאו / די אנטשטײאונג פון פראפעסיאנעלן נאדל־פאראיױ (רמת־גן) װינטער םון יאר 1920 האט דער פארטײ־קאמיטעט פון די לינקע פועלי צױן׳ נאך אן אלגעמײנער באהאנדלונג פון דער אויסערגעװײנלעכער שלעכטער לאגע׳ אין װעלכער ם׳געפינט זיך דער ארבעטער אין דער נאדל־בראנזשע, באשלאסן צוצוטרעטן צו דער גרינדונג פון פראפעםיאנעלן נאדל־פארײן אין כמיעלניק. די מיסיע האט דער קאמיטעט ארויפגעלײגט אויף מיר. די ערשטע אויפגאבע איז געװען צונויפצורופן אלע ארבעטער פון דער נאדל־בראנזשע און זײ אויפקלערן דעם ענין, אז מיר װילן שאפן א פארײן, װאס זאל שטײן אויף דער װאך פון זײערע אינטערעסן; העלפן שאפן מענטשלעכע באציאונגען און בעםערע ארבעטם־באדינגונגען פאר די ארבעטער; אויפקלערן זײ, אז פון הײנט אן װעלן אונדזערע שנײדער־מײםטערם צונעמען און אפזאגן ארבעטערס דורכן פארײן׳ און אז ארבעטן װעט מען פון הײנט אן נישט פון 6 א זײגער פארטאג ביז 12 בײנאכט׳ נאר אכט שעה׳ װי ס׳איז לאנג שוין אײנגעפירט אין דער גרויםער װעלט. מײן ערשטע ארבעט איז געװען צו שיקן ברױו צו אלע שנײדער־מײסטערכ׳ אין װעלכע מיר האבן זיד צו זײ געװאנדן מיט דרײ פאדע־ רונגען * 1. פץ הײנט אן װערט געארבעט נאר אכט שעה; 2. צונעמען און אפזאגן ארבעטערם נאר דורכן פארײן; 3. הונדערט־פראצענטיקע העכערונג פון ארבעטס־לוין.

passage_694dc371cc257ad7598ecf8d
Passage 2normalized OCR · source chars 1133-1725

ס׳איז געװארן א גרויסער ״ױצעקו״ צװישן די שנײדער־ מײסטערס. ם׳טײטש, זענען זײ געקומען צולויפן מיט טענות׳ איר קוילעט דאך אונדז אן א מעסער... און װאס װעלן די ארבעטערס טוען נאך די .אכט שעה ? זײ װעלן דאך משוגע װערן פון לײדיקגײן. און װי האבן מיר צײט צו קומען יעדעס לײטונג םץ נאדל־פאראײן אונטער דער אנפירונג פון פועלי־צױן עם זיצן פרן רעכטס אױף לינקס : יצחק סירשטענבערג, משה שפערלינג, שלמה שװיעםשניק, זעליק גורגעל, דוד איגעלניק עס שסײען פון רענטס אויף לינקס : אלתר דרוקאזש, זעליק מענדלעװיטש. מאל זוכן אן ארבעטער בײ אײך אין פארײןז און א:זרץ אחרץ — װו װעלן מיר נעמען אזויפיל געלט צו באצאלן די ארבעטערםז

passage_7c8e2b6c675f0ac530a2e332
Passage 3normalized OCR · source chars 1727-2416

מיר האבן זײ געענטפערט, אז מיר גיבן זײ דרײ טעג צײט צו אקצעפטירן אונדזערע פאדערונגען׳ װען נישט׳ װעט אויםברעכן א שטרײק. דאס איז געװען קורץ פאר פסח. אלע שנײדערס זענען געװען באװארפן מיט ארבעט ; 50 פראצענט האבן באלד אונטערגעשריבן, די איבעריקע האבן געזאגט׳ אז זײ װעלן זיך מײשב זײן. לםוף האבן מיר זײ געגעבן צו פארשטײן׳ אז אויב זײ װעלן ביז פרײטיק נישט אונטער־ שרײבן׳ װעלן זונטיק די ארבעטערם נישט קומען צו דער ארבעט. וכך הװה. די װעלכע זענען פרײטיק נישט געקומען אונטערשרײבן׳ זענען זונטיק געקומען צו לויפן צו מיר אהײם. כ׳האב זײ דאן געגעבן צו פארשטײן, אז בײ מיר אין דעד הײם האב איך גארנישט צו טאן מיט די זאכן׳ נאר אין אװנט זאלן זײ קומען אין פאריץ, און אז זײ װעלן אויך דארפן באצאלז די ארבעטערס פארן טאג.

passage_99725780a37d3607ff43c9a3
Passage 4normalized OCR · source chars 2418-3178

פון דעמאלט אן איז די ארבעט געגאנגען װי א מזמור. נישט קוקנדיק דערויף װאס א לאנגע צײט דערנאך האבן זיך די שנײדער־מײםטער נאך געבונטעװעט, גערופן פארזאמלוגגעל, אויף װעלכע הארשל־גלין׳ שטראך און הארש־מענדל ״חכם״ קארנבלום זעגען געװען די ראשי המדברים. אײניקע פון די שנײדער־מײםטערם האבן זיך געװאנדן צו מײנע עלטערן, די זאלן משפיע זײן אויף מיר׳ כ׳זאל זיך אפזאגן פון מײן טעטיקײט אין נאדל־פאראײן. אײנער פון זײ איז געװען ארן שנײדער׳ װעלכער איז געװען אוגדזער שכן און מײן פאטערס ע״ה א גוטער ידיד. זײ האבן געגלויבט, אז מיטן מאמענט װען איך װעל זיך אפזאגן מיטצוארבעטן אין פאראײן׳ װעלן זײ װײטער האבן פרײע הענט לגבי די ארבעטערם. זײ האבן גישט געפילט די נײע צײט און די נײע לידער... װעלכע זענעז געגוג שפעט׳ אבער אויך קײן כמיעלניק אנגעשטיגן. איך דערמאן זיך עטלעכע עפיזאדן פון יענע טעג ;

passage_7c47422c3139c2de32cf8ae2
Passage 5normalized OCR · source chars 3180-3639

אײנער א מײםטער פלעגט זיך נוהג זײן בײם צונעמען אז ארבעטער אויף א זמן׳ ד״ה אויף .א האלב יאר, אים אוים־ צופרװון צי ער איז א גוטער און שגעלער ארבעטער. אויף אזא אופן האט ער געלײגט אויפן טיש א גאנץ ברויט מים א גרויםע שיםל קארטאפל מיט קרויט, אין װעלכער מען האט געקענט באדן א קלײן קינד, גאכער א גרויםן טעלער םלײש מיט רעטעך׳ און אויף קנוח סעודד״ א שיםל צימעס׳ װאס איז גענוג געװען פאר א גאנצער משפחד״ אויב דער ארבעטער האט פון דעם אלעם איבערגעלאזן שירײם אויף צום בענטשן׳

passage_505bb1f1915ce41b7af839d6