Original scan
Original memorial-book scan 266
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1228

523 פ נ ק ם כ מ י ע ל נ י ק 524 דאס הײסט םאר ס1 מאגאטן/ האט די ג״ח־קאסע ארויםגעגעבן 500 לאאנם אויף א סומע םון סס.51.426 זל. א דאגק דער זײער גוטער טעטיקײט פון דער ג״ח־קאסע איז געלונגען פיל ײדישע עקזיםטעגצן צו ראטעװען פון אוגטערגאנג. דער קאפיטאל פון דער קאסע איז אבער צו קלײן אין פארגלײך מיט דער װאקםענדעי דארט פון טאג צו טאג נויט. דאם פארגרעסערן דעם קאפיטאל פון דער - / ״/4<* י<^י־ י/ ׳ײיי •*י >י5 ײ< ^ ־־־ * אויך גישט־ײדן האבן גענאסן פון דער קאסע % װלאדיסלאװ קרול באקומט א הלואה. קאסע איז אין איצטיקן מאמענט די גרעסטע און װיכטיקסטע הילף. װעלכע איר קענט געבן פאר אײער אלטער הײם־שטאט. מיר, סון אונזער זײט, זענען גרײט צו דאפלען די סומע, װעלכע איר װעט זאמלען פאר דער ג״ח־קאסע אדער אנדערע קאנסטרוקטיװע ארבעטן אין כמיעלניק. די ג״ח־קאסע אין כמיעלניק האט אונז אױף צוגעשיקט אן אויפרוף םאר דער לאנדסמאנשאפט אין טאראנטא, קאנאדע, און זײ װײזן א־נז אן דעם אדרעם פון ״העברױ כמיעלניקער איד סאם.״, טאראנטא״ קאנאדע. מיר װעלן אײך דאנקען, װען איר זאלט אונז געבן זײער אדרעס אויב איר האט אזעלכן. מיר בעטן אײך דעריבער צו קומען אין אונזער אסיס, כדי צוזאמען זיך צו באראטן װעגן דער מעגלעכקײט פון הילף סאר אײער אלסעי הײם־שטאט. מיר ערװארטן אײך צו זען אזוי שנעל װי מעגלעף און פארבלײבן. מיט אכטונג ח. וױינטרויב, סעקרעטאר לאנדסמאנשאפט דיװיזיע

passage_60e89fa93ee7b0c7306aa67f
Passage 2normalized OCR · source chars 1230-2313

די בויט איז געװען גרוים און די הילף איז, װי עם זעט אויס, נישט אזוי גיך געקומען. װארופ אין א צװײטן בריװ פון ״דזשאיגט״ פון 8־טן פעברואר 1939 װערט װידער די כמיעל־ גיקער םאםײטי אין נױ־יארק גערופן צו העלפן. אין דעט ברױו לײענען מיר * מר מ. מינץ׳ טשערמאן פארײניקטער כמיעלניקער רעליף 1039 אינטערװאל עװענױ, נױיארק. טײערער פרײנט מינץ : מיר האבן הײנט װידער דערהאלטן א הארץ־רײםנדיקן אפיל פון דער ײדישער באפעלקערונג אין כמיעלניק װעלכער איז אונדז איבערגעשיקט געװארן פון אונדזער אפים פון אײראפע מיט א הארציקער ביטע סון זײער זײט, אז מיר זאלן זיך באמיען צו פארשטענדיקן מיט אײך און געפינען מיט אײך צוזאמען װעגן און מיטלען צו ראטעװען אײער אײגן פלײש און בלוט אין דעם איצטיקן קריטישן מאמענט סון זײער לעבן. אין צוזאמענהאנג מיט דעם אויבנדערמאנטן, בעטן מיר אײך גלײך נאכן דערהאלטן פון דעם דאזיקן בריװ, אפרופן אונדז אויסן טעלעפאו און לאזן א־נדז װיםן װען איר אדער עמיצער אנדערש פון אײער רעליף־קאמיסיע קען ארויפקומען צו אונדז אין אסים. הארנדיק צו הערן פון אײך אין די נאענטסטע מעג, פארבלײבן מיר. מיט פרײנטלעכע גרוםן, לאנדסמאנשאפט דעפארטאמענט דזשאינט דיסטריבױשאן קאמיסיע נחמיה גילמאװסקי, עקזעקוטיװ־םעקרעטאר

passage_b90999805b287f38c1a18da2