Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 267
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-367

מאטל גאלדליםט / אונדזערע דרזןמאטישע קרײזן (תל־אביב) דאס טעאטער־שפילן אין כמיעלניק האט קודם כל געדינט אױף צו שאפן געלט־מיטלען פאר פארשידענע געזעלשאפט־ לעכע און קולטורעלע צװעקן. די הכנסה װאס די פארשטע־ לונגען האבן ארײנגעבראכט איז נעמלעך געגאנגען אויף אײנצוקויפן נײע ביכער פאר די ביבליאטעקן, פאר ארעמע שול־קיגדער, צױניםטישע קרנות, אויף זומער־קאלאניעם פאר ״קינדער־שוץ״.

passage_b600945c317d0be004245004
Passage 2normalized OCR · source chars 369-1400

דער ערשטער דראמאטישער קרײז איז געשאפן געװארן אויף דער איניציאטױו פון איטשע נײמאן. ער איז געװען באגאבט און באשאנקען מיט דראמאטישע פעאיקײטן, ליב געהאט טעאטער בלב ובנפש. די ערשטע זאד װאס ער האט אײנרעזשיםירט אין יאר 1917 איז געװען ״בר־כוכבא״. בײ דער ערשטער טעאטער־אויפפירונג האט איטשעלע נײמאן שװער און ביטער געארבעט ביז װאנען ס׳איז עפעם ארויםגע־ קומען. ם׳איז נישט געװען װער ם׳זאל שפילן די פרויען־ראלז• די כמיעלניקער מײדלעד האבן מורא געהאט זיך אײנצורײםן מיט די פרומע עלטערן. מ׳האט דעריבער צו דער ערשטער פארשטעלונג אראפגעברענגט א מײדל פון בוםק (בלומעלע, לײבל סילמאנס קוזינקע)׳ צו שפילן די ראל פון דינה• א צװײטע שװעריקײט איז געװען — קאסטױמען, ביז װאנען ס׳איז געלונגען אויםצובארגן אביסל קאםטױמען פון פוילישן טעאטער אין קעלץ. ״בר כוכבא״ איז געשפילט געװארן עטלעכע מאל בײ א פול־געפאקטן פײערלעשער־זאל. די ראל פון בר־כוכבא האט געשפילט : מרדכי גוטמאן ? פאפופ : לײביש אבל: אליעזר: איטשע נײמאן* כוהנים: דודל הענאכ׳ם און יהושע גוטמאן. עטלעכע יאר שפעטער האבן זיך פארשידענע פארשטעלונגען איבערגעחזרט און געשפילט געװארן דורך נײ אונטערגעװאקםענע אמאטארן•

passage_1b157bd44aa58c3429d13973
Passage 3normalized OCR · source chars 1402-2479

צו דער צוױיטער פארשטעלונג ״חורבן ירושלים״, זענען שוין געװען עטלעכע כמיעלגיקער מײדלעך. די ערשטע, חנה רבקה קעניגםבערג, א מײדל מיט אמתע שוישפילערישע פעאיקײטן איז געװארן די ״פרימאדאנע״ פון דעם דראמאטישן קרײז. דאן זענען צוגעקומען די באגאבטע זינגערינס מיט םצענישע פעאיקײטן די שװעסטערם בלומענטאל: דרעזל׳ שײנדל, חײה׳לע. ם׳זענען געשפילט געװארן די פיעסן : ״שולמית״, ״דער ישיבה בחור״, ״דער תלמיד חכם״. ״דאם פינטעלע ײד״, ״די שחיטה״, ״גאט מענטש טײװל״, א.א.װ. דער ערשטער דראמאטישער קריױ האט נישט לאנג עקזיפ־ טירט. א טײל פון די אנטײלנעמער האט פארלאזט כמיעלגיק, אויך צוליב די צרות מצד פרומע עלטערן, װעלכע האבן אין טעאטער־שפילן געזען דעם מקור פון ערגםטן. מיט דעם אונטערװאקסן פון דער ױגנט איז די טעאטער־ טעטיקײט באנײט געװארן מיט מער קראפט. כמעט יעדע פארטײ האט געהאט אירס אן אנםאמבל : בײ די לינקע פ״צ — די דרײ שװעםטערן בלומענטאל, אםתר שײן׳ בלומע דזשארע. בײ די צױגיםטן — עלקע קאנערצוקער, גוטשע פײנגאלד, שרהטשע זײדמאן. בײ די רעכטע פ״צ — פרימעט האלפערין, יוכבד װײםבארט׳ ליבע כמיעלניצקי, באלטשע װארשאװסקי און די פעאיקע ארטיסטין, חנה שרה טאפ־ לאװיטש. דער עולם פלעגט אלע פארשטעלונגען מאםנװײז באזוכן.

passage_5b91d627db0dcf09d72d0fbc
Passage 4normalized OCR · source chars 2481-3489

די ליבע צום ײדישן טעאטער בכלל האט אפנים בײ אונדז אין שטעטל נאך געװארצלט פון די פריערדיקע צײטן, װען פון דער ארומיקער אומגעגנט פלעגט מען קומען פורים זען דעם ״מכירת ױסף״ שפיל און די ״קראקאװיאקעם״, װאס האבן געשמט אין דער גאנצער םביבה. דער רוח־החײם סון דעם אמאטארן־טעאטער איז אין יענער צײט געװען איטשע נײמאן. זײן ליבשאפט צו געזאנג איז געגאנגען געפארט מיט דער ליבע צום טעאטער. איך דערמאן זיך װי איטשע פלעגט _ _ **י*זו0<ז^* ײי-וו<1?(6->י,60 ^ /יסס* ש6)1!מ6ס1וחז 16)$1שס6ץ2 0)611)1 .ט)1וח1©וחחיי0 * " £2 £8 •01-11 *״ .ח .ק 1917*6■ 17117111 10 • 9 11111 7 י ^ == .״א1ף1*:\תןן2ן ׳ו ?מ צמ״ואין ~־־־~ ז*95ןז#ןן 171121111111 71111(11! 7711)1 7 — . */ ות ^ י ׳״•*ך ן ׳1, י6סז2 אסזאיסססס ; וסוסססס גוו) /ססווסק ־־==- •1*4*-==־ 00171)016-1 (ץ20*1׳*3> ^^3) 11170201,11117 71! 017177111 ״זמ .1(>(**?0£9| 1 *12* ♦י *א״• * 7 •*90• ■110*0( ^ ;.-8 £חס2ססס ס 021711^ ^.זס)1 6 ס 6 1 6 ס ין ן 5 .?01§ 1ס ס1מ*|))וס6$1מזק ײס* י • !חזסזוסז• סי סימסיז ■•ון* {•*•*•ס• ן*\$ *ז*63>>1זס 4x18*<) ^*ץז^ןזק ׳*16)1*זזח• •!•■וס ¥¥

passage_36d332b5c472ef2a799a5e89