Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 269
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-900

529 מאסל גאלדליםם — אונדזערע דראמאטישע קרײזן 530 פארשטעלונג איז געשפילט געװארן מיט גרויס דערפאלג אויד אין דער ארומיקער םביבה. די קנאת הרעזשיסארן צװישן איטשע נײמאן און מאקס רעיפיש איז געשטיגן. בעת רעיפיש האט מיטן לינקן דראמא־ טישן קרײז רעזשיסירט ״קרײצער סאנאטע״ און שפעטער ״גיבור אין קײטן״, האט איטשע נײמאן מיטן רעכטע־פ״צ־ קרײז רעזשיםירט ״מירעלע אפרת״, ״טוביה דער מילכיקער״- ״געלט, ליבע, שאנדע״• פארכאפנדיק דעם טעאטער־זאל האט איטשע מצליח געװען אויפצופירן ״אוריאל אקאםטא״ און זיך זעלבסט באװיזן אין דער ראל פון אוריאל, צונישט מאכנדיק דעם פלאן פון ליגקן קרײז אויפצופירן ״אוריאל אקאסטא״. נײמאן אלײן האט געשפילט די ראל פון אוריאל אקאסטא, אסתר זײן מוטער — פרימעט האלפערין ־ דע־םילװא — דוד ראזנבלום ; מנשה װאנדערםטראטן — מאטל גאלדליסט ; זײן טאכטער יהודית — ח. ש• טאפלאװיטש ; בר־ױחאי — נטע װײנבערג ,• דע םאנטאם — הערשל װײםבארט ; ר׳ עקיבא — יהיאל לעװענשטיק ; ראובן און ױאל — בערל בירמאן און י. א. קויפמאן.

passage_2dfe4c309324068a4ff3732e
Passage 2normalized OCR · source chars 902-1778

נײמאן איז געװען דער פיאגער װעלכער האט ארגאניזירט טעאטער און ארײנגעבראכט לעבנם־פרײד בײ דער ײדישער באפעלקערונג. ער האט זיד באזונדערם אויםגעצײכנט אין אײנרעזשיסירן היסטארישע פארשטעלונגען, גאלדפאדן און אנדערע. נײמאן האט געלערנט טעאטער-שפילן אין די גרויםע שטעט, האט פארמאגט א שטארקע און רײנע באריטאן־שטימע׳ האט געקענט אנפירן מיט כארן, געשפילט פידל אי? אויד געװען א גוטער טענצער, ער האט פארמאגע אלע װאלארן פון א גוטן טעאטער־רעזשיסער. קיץ װונדער גישט דעריבער, אז װען אין יאר 1923 האבן זיך פאראײניקט אויף דער איניציאטיװ פון פעלדשער רובינשטיץ, די פאר־ טײאישע דראמאטישע קרײזן כדי צו שפילן בעסער טעאטער, איז איטשע נײמאן געװארן אויסגעװײלט אלס הויפט־רעזשי־ סער, מיט דער צושטימונג פון רעפיש און װײנבערג. ער זעלבסט האט זיד אײנגעפאםט אין אלע םארטן ראלן, אן אונ־ טערשײד, צי אלס ירמיהו אין ״חורבן ירושלים״ אדער גאר אין דער ראל פון אוריאל אקאםטא. דא דארפן אויד דערמאנט װערן א רײ פארשטעלונגען װאם

passage_e9faf47f78ff39db23646dac
Passage 3normalized OCR · source chars 1780-2359

זענען געגעבן געװארן דורך דער צױניסטישער ארגאני־ זאציע. נאך אין דער צײט װען טעאטער שפילן איז געװען בײם רעליגיעזן עולם ממש א פארברעכן, האבן די צױניסטישע ארגאניזאציעם געװאגט צו שפילן ״גאט פון נקמה״. אויך זעגען דורך זײ געשפילט געװארן : ״דער טויבער״, ״גרינע פעלדער״, ״שמע ישראל״, ״הערצל מױחס״, איז נאד אנדערע םארשע־ לונען׳ ס׳האבן אנטײל גענומען ; גוטשע פײנגאלד, אםתר סצערבע. עלקע קאגערצוקער, ײדל פײנגאלד, יהושע קאדענטשיק, צדוק לײמאן און נאד אגדערע. דער רוב פון אט די פיעסן זענען רעזשיסירט געװארן דורך עלקע קאנערצוקער, װעלכע האט זיד אויםגעצײכנט אין אירע ראלן, באזונדערם אין מוטער־ראלן•

passage_c415bc9e6cd90bbaa657a158
Passage 4normalized OCR · source chars 2361-3445

איד װיל דערמאנען דעם רעזשיסער חנן לעװינשטײן (איצט אין ישראל), װעלכער איז געקומען קיץ כמיעלניק מיט א טעאטער־טרופע אין סוף 1923. א חשובער ארטיסט געװען שפעטער אין דער ״װילגער טרופע״. אין כמיעלניק האבן זײ געטראפן א לעבהאפטע ױגנט מיט ליבע צו טעאטער. לעװינ־ שטיץ האט מיט פאראײניקטע כמיעלניקער טעאטער־קרעפטן אויפגעפירט צוערשט די ״ד געהאנגענע״ פון אנדרעיעװ. ער איז באגײסטערט געװארן פון כמיעלניקער טעאטער־עולם און גישט וױיניקער פון די שטאטישע אמאטארן־שוישפילער. ער איז בכן געבליבן אין שטאט א לאנגע צײט און אויסגע־ פירט צװ. אנד• אויד דעם ״דארפס-יונג״, ״יענקל דער שמיד״ און אויך געגעבן א רײ רעציטאציע־אװנטן. כמיעלניק פלעגט אויך באזוכט װערן דורך גרויםע קיגסט־ לערס־ ״װילנער טרופע״, מארים לאמפע, כרידער טורקאװ, דורך פוילישע און אוקראינישע טרופעס און א רײ באװוםטע רעציטאטארן. די שטאט האט געשמט מיט אירע טעאטער־ ליבהאבער. נאד מײן אפפארן אין יאר 1924 קײן ארץ ישראל, זענען געשאפן געװארן נײע דראמאטישע קרײזן בײם השומר הצעיר און בײ די רעװיזיאניםטן. די דראמאטישע קרײזן האבן געשפילט א גרויםע ראל אין געזעלשאפטלעך־קולטורעלן לעבן אין כמיעלניק, פארשאפנדיק פרײד און גענוס פאר דער גאנצער ײדישער באפעלקערונג.

passage_e25588b97fff8d26bf668d52