Original scan
Original memorial-book scan 276
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1083

543 פנקס כמיעלניק 544 אראפגײענדיק מיט די צוױיטע טרעפ יהאט מען זיו שוין געםונען אין שיל׳ יעדער אײגער האט דא געםילט די קדושד- דאם איז געװען א מיכל םון שײנקײט און הײליקײט. די מזרח׳יװאנט האט םארכאפט מיט איר פראכט. ארום ארון קודש האט זיך געפונען לײבן מיט אן אויםזען. װי זײ װאלטן שטיץ אויף דער װאך. אינעװײניק האט מען געוען ספרי־ תורה פון פארשידענע צײטן, ספרים װאס לויט זײער אויםלען האט מען געקענט שאצן אין אסך הונדערטער יארן. די גאר עלטםטע ספרים האט מען ארויםגענומען נאר אײן מאל אין יאר, שמחת תורה, צו די הקפות. איך דערמאן זיך אגב אורחא: די הקפותיאין דער שיל זענען בײ אוגדז שטענדיק געװען פארבונדן מיט מחלוקתן. בײ אלע פםוקים פון די הקפות איז געװעזן שלום ושלוה. מען האט געזונגען און געטאנצט און זיך געפרײט מיט דער תורה. װען עם איז אבער געקומען צום פםוק ״עוזר דלים״, זענען אונדזערע באלעבאטים געװארן ערנסט. האט מען מיט דער הקפה מכבד געװען א ײד אן ארעמאן׳ האט עם אים נישט געארט. פאד־ קערט׳ עם האט אים גאר הנאה געטאן, װײל ״עוזר דליר״ מײנט דאך העלפן אן ארעמאן. אבער אז מען האט מכ:\ געװען א רײכן בעל הבית מיט ״עוזר דלים״, האט אים פאר־ דראםן און זיך צעשריגן אויפן קול * ,׳איך בין נישט קײן דלות״.

passage_06848904e151227640d3302e
Passage 2normalized OCR · source chars 1085-1765

40 מעטער פון שיל האט זיך געפונען דער ״פראסטער בית מדרש״. ״פראםטער״ האט מען אים גערופן׳ װײל םײ די גרינדער םײ די מתפללים זענען נישט געװען קײן חםידימ, און װאם עם איז נישט געװען חםידיש האט מען גערופן ״פראסט״. אויך דער פראםטער בית המדרש איז געװען א גרויםער שײנער בנין מיט אײניקע אפטײלונגען• ציװישן זײ די קהילד״ ישיבד״ װײבערישע שיל׳ צװײ װוינונגען פאר צװײ שמשים : מאירל גבאי און בערעלע שמש. דעם פראסטן בית המדרש האט מען גענוצט פאך אלע רעליגיעזע הצטר־ כותן, אנהײבנדיק מיט תפילד״ לערנען, זאגן תהילים בציבור, פאר רבײם װאם האבן געפראװעט טישן, מגידים צו האלטן דרשות און אויםבעטן א רפואה שלימה פאר קראנקע און אויך פאר רעדנער פון צױניםטישע פארטײען. אויך פאליטיק און נײעם האט מען דא געקענט הערן.

passage_5100043b4017650199a584fa
Passage 3normalized OCR · source chars 1767-2869

דער יםוד פון חםידישן בית־המדרש איז געװעזן לערנען. בשעתו האבן דארט געלערנט ביז צװײ הונדערט בחוריש, רײכע און מיטל־קלאם און אויך ארעמע. אז מען איז װינטער בײנאכט ארײנגעקומען אין חסידישן בה״מ און געהערט דעם קול נגינה פון לערנען גמרא, האט מען פארגעסן אין גלות איז עם איז אװעק די מרה שחורד״ פון פרגסה האבן זײ וױיניק געטראכט. אויף צו קויפן און צו פארריכטן צעריםענע גמרא׳ס האט זיך געשאפן א קאמיםיע און מען האט יעדן פרײטיק ארויםגעשיקט אײניקע בחורים איבער אונדזער שטעטל, זײ זענען געגאנגען הויז בײ הויז זאמלען פאר קנין םםרים. .די מתפללים פון חסידישן בה״מ זענען געװעזן פארשידענע חסידים, משכילים און פשוטע ײדן• די הוצאות פון חםידישן 1939. — כמיעלניקער ױגנט בײ רײניקן די גרוזעם פון בית המדרש, װאם די נאצים האבן פארברענט. בית מדרש האבן געדעקט די מתפללים. אויפגעבויט דאם חםידישע בה״מ האט א ײד א למדן׳ א גביר פון שטעטל ר׳ נתן שידלאװסקי. דאם חםידישע בה״מ האט מען אויך גענוצט פאר א םך רעליגיעזע הצטרכותן. אײן מאל אין יאר האט מען גערופן צו תהילים. דאס זענען געװעזן די װאם האבן באדארפט צו שטײן צום פריזױו. דאם גײן צו תהילים פון די פריזױוניקעם איז געװען א טראדיציע, װײל יעדער אײ-ער האט געװאלט פרײ װערן פון צו זײן א םאלדאט.

passage_4ff7e4598e2863b6750cbe52
Passage 4normalized OCR · source chars 2871-3834

געװען אויך א מגידס בית־מדרש. די מתפללים פון מגידס בית־מדרש זענען געװעזן פשוטע בעלי מלאכות׳ װאס צוליב פארשײדענע סיבות האבן זײ נישט געקענט לערנען א׳ץ זײער ױגנט. זײ האבן דא נישט בלויז געדאװנט, נאר אויך געלערנט. דער מגיד איז געװארן זײער רבי• דער מגיד אױ געװען א ײד א למדן, װאם איז אויך געװעזן א דורש טוב לעמו און אויך א קולטורעלער מענטש. קײן מאל זיך נישט געמישט אין קײן פרעמדע ענינים, בשלום געלעבט מיט יעדן אײנעם׳ װײניק גערעדט דברי חול, געלערנט מיט זײנע תלמידים האט ער פארשידן. דער יסוד פון זײן לערנען איז געװען דרך ארץ. ער אלײן איז געװעזן א גרויסער בעל דרך ארץ און דאם האט ער געװאלט אײנפלאנצן אין זײנע תלמי־ דים. מיר זעלבסט איז אויםגעקומען צו הערן זײגע דרשות פאר תקיעת שופר, װײל מײן פאטער ע״ד״ בעריש אליקימס, איז געװעזן אםך יאר ״בעל מוםף״ אין די ימים נוראים אין מגידם בית המדרש. װען דער מגיד האט אנגעהויבן די דרשה מיט די װערטער ״תשובה ותפילה וצדקה מעבירין את רוע הגזרה״, זענען די פשוטע בעלי מלאכות געשטאנען מיט די טליתים איבער די קעפ מיט אימה ופחד, און חשק צו תשובד״

passage_fdb0a29d5911b867a5b3c096