מרדכי גוטמ&ו / שטיבלער אװ בתי־מדרשים (בוענאם־אײרעס) כמיעלניקער ײדן׳ א קײמא־לן פון פיל טויזנטער נפשות, האבן זיך צעטײלט אין פארשידענע ריכטונגען. פופציק פראצענט פון זײ זענען געװען חסידים. אונדזער שטעטל כמיעלניק האט פארמאגט דרײצן חםידים־שטיבלעך פון פאל־ גנדיקע חםידים 1 גערער, מאדזשיצער, קוזמיר, ראדאמםקער׳ אלעקסאנדער, כענטשינער, קיעלצער, פינטשעװער, אזשע־ ראװער, קאצקער, שידלעװער, נײשטאטער און אויך ר׳ נחמטשעם שטיבל. יעדעם שטיבל מיט זײנע מתפללים. איך װיל דערמאנען א חםיד פון גערער שטיבל, װאם אםך פון אונדזערע לאנדסלײט האבן אים געקענט : משה מעכל, א ײד א תלמיד חכם, א מםתפק במועט, א גרויםער ארעמאן. פרנםה האט אים װײניק אינטערעםירט. דער עיקר איז בײ אים געװען חםידות און לערנען. אונדזער שטעטל כמיעלניק איז, װי אלע שטעטלעך אין פוילן אין יענע צײטן, געװען דעמאלט אין אן אמתער איבערגאנג־צײט. די ױגנט האט זיך אנגעהויבן צו ארגאניזירן אין פארשײדענע פארטײען. ר׳ משה מעכל האט מיט זײ געפירט ״מלחמה״.
מאדזשיצער חםידים, צו װעלכע איך אלײן האב געהאט א שײכות, האבן געשפײזט אונדזער שטעטל מיט ניגונים, װאם ז־י האבן געבראכט פון זײער רבין. װעלכער האט אלײן פאר־ פאםט אײגענע קאמפאזיציעם. דעם מאדזשיצער רבינם זינגען האט דאך געשמט אין גאנץ פוילן. אז עם האבן זיך דער־ נענטערט די ימים נוראים, זענען זײנע חםידים געפארן צום רבין קײן מאדזשיץ, אים הערן דאװענען און זיך אויםלערנען א נײעם ניגון אדער א מארש. װען זײ זענען אהײמגעקומען פון מאדזשיץ האט שוין אונדזער שטעטל געהאט ניגונים אויף א גאנץ יאר. קוזמירער חםידים זענען געװען בארימט מיט זײער רבין ר׳ מאטעלע, דעם טריסקער מגידם אײניקל. בײ ר׳ מאטעלע האט מען מאנטיק און דאנערשטיק בײם דאװענען געזאגט זיעם לאנגען ״והוא ח־זום״, און מען האט פארענדיקט דאם דאװענען 4 א זײגער. ר׳ מאטעלע האט געהינקט אויף א פום און איז תמיד געגאנגען מיט א שטעקן. װען עם איז אבער געקומען שמחת תורה בײ הקפות׳ האט ער געטאנצט אן א שטעקן מיט דער תורד״ זײנע חםידים האבן דאם געהאלטן פאר אײנעם פון זײנע מופתים. אונדזער שטעטל כמיעלניק פלעגט אלע מאל באזוכט װערן פון פארשידענע רבײם. װען עם איז געקומען א רבי אויף שבת, האט דאס שטעטל געהאט אן אנדערן אויםזען. אונדזער שטעטל האט נישט געהאט קײן ״מעטריקע״. מען האט נישט גענוי געװוםט װי אלט עס אי״װ אויך לויטן מרדכי גוטמאן (ארגענטינע)
אויסזען, צוליב דער גרויםער שרפה בעת װעלכער דאם גאנצע שטעטל איז אװעק מיט דעם פײער, געבליבן איז נאר די שול. אזוי האבן אוגדזערע טאטעם דאם איבער־ דערצײלט. נאך דער גרויסער שרפה האט מען צוריק אויפגעבויט אונדזער שטעטל כמיעלניק. דאם האט פאםירט מיט א הונדערט יאר צוריק. אלם קלײן שטעמל איז כמיעלניק געװען שײן : א גרויםער מארק, א קלײן מארקל און א שײגער שידלעװער שפאציר־װעג. אין גרויםן מארק האבן זיך געפונען פארשידענע גאםן. צװישן זײ — די שול־גאס, װו עם האבן זיך געפוגען די וזױפט־רעליגיעזע אינםטיטוציעם : שיל, פאליש׳ דער פראםטער בית המדרש, קהילד״ ישיבד״ דעם מגידס ביח המדרש, דער הקדש און דער װעג װאם האט געפירט צום אלטן און צום נײעם בית החײם. אונדזער שיל האט געהאט א פרעכטיקע ארכיטעקטור מיט אן אײגארטיקן סינאגאגאלן אויםזען, פרעכטיק געבויט, זעקם שטאק די הויך. פון אויםנװײניק האט זיך גישט געפונען קײן אויפשריפט. אויך דער ארײנגאנג איז געװען אנדערש װי אין אנדערע שילן. בײם ארײנגאגג מיט צװײ ברײטע טרעפ האט זיך געפונען דער פאליש. די מתפללים פון פאליש זענען געװעזן חברים פון דער חברה ״נושאי המיטה״. זײער מיםיע איז געװען צו טראגן דעם מת ביז דעם בית החײם. שבר״ פ׳ ויחי, האבן זײ זיך געלאזט װוילגײן און געמאכט א גרויםן קידוש.