Original scan
Original memorial-book scan 281
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1157

משה זאנשיױ / חינוד אװ שולװעזו (תל־אביב) הונדערטער יארן נאכאנאנד איז דער רעליגיעז־טראדיציא־ נעלער חינוד געװען דער יסוד פון ײדישן לעבן אין כמיעלניק- אויד דעמאלט, װען אין פוילן האבן שוין אנגעהויבן אויפצו־ גײן די עדשטע שפראצונגען פון דער השכלה און װעלט־ לעכקײט׳ איז כמיעלגיק נאד .אלץ געװען א פעסטונג פון חסידות און עקסטרעם־פרומער ײדישקײט, װאס האט נישט צוגעלאזט צו זיך די נײע װינטן, װעלכע האבן אנגעהויבן צו בלאזן אין לאנד. חדר - ישיבה - בית־המדרש דער יםוד פון רעליגיעז־טראדיציאנעלן חינוך איז נאטירלעך געװען דער חדר. כמיעלניק האט אלע יארן פארמאגט א שפע פון פארשײדענע מינים חדרים — אנהײבנדיק פון די חדרים, אין װעלכע מ׳האט די קלײנע קינדערלעד — פון דרײ יאר אלט — געלערנט דעם אלף־בית און דערנאך חומש מיט רש״י ביז די חדרים פאר עלטערע ײנגלעך, װו מ׳האט געלערנט גמרא מיט תוםפת, פוםקים און ױרה־דעה. תלמידים װעלכע האבן געענדיקט די אלע חדרים און אלט־ געװארן 14—15 יאר, זענען אװעק לערנען אין ישיבות מחוץ כמיעלניק, טײל מאל אין װײטע גרויםע שטעט, װעלכע האבן געשמט אלם גרויםע ישיבה־צענטערס. כמיעלניק האט אויך געהאט א צאל תלמידים, װעלכע זענען אנגענומען געװארן אין דער בארימטער ״ישיבת חכמי לובלין״, װאם איז געגרינ־ דעט געװארן דורכן לובלינער רב, הרב מאיר שאפירא. די משה זאנשײן

passage_b096e07755308680ba403ba5
Passage 2normalized OCR · source chars 1159-2228

יעניקע בחורים װידער װאם זענען נישט ארויםגעפארן לערנען אין דער פרעמד, האבן געלערנט זעלבשטענדיק אין גרויסן בית־המדרש אדער אין חסידישן בית המדרש. אין די דאזיקע בתי־מדרשים האט מען געקענט טרעפן טאג און נאכט גרופעס בחורימ, צו צװײ־דרײ און מער, לערנען פלײםיק ש״ם און פוםקים. די װעלכע האבן זיד באזונדערס אויםגעצייכנט אין ים התלמוד, צװישן זײ עילוײם, פלעגן לערנען בײם רב ביז זײער חתונה און מערםטנטײל אויר נאך דער חתונה נישט אויפגעהערט צו לערנען, בעת דער רײכער שװער האט געזארגט פאר פרנםה. אין דער תקופה צװישן בײדע װעלט־מלחמות האבן אין כמיעלניק עקםיםטירט עטלעכע ישיבות. די ישיבה ״בית ױסף״ איז געגרינדעט געװארן פון די ישיבה־קרײזן נאװא־ גרודעק, װאם האט געשמט מיט מוםר־לימוד און דבקות און תפילה. די ראשי ישיבה זענען געװען ר׳ ױאל יאכנין, דער אײדעם פון ר׳ יאנקל קישעניעװער, ר׳ גרשון און חײם יהושע — דער אײדעם פון ר׳ איטשע טוביהס. זײ זענען אנגעקומען קײן כמיעלניק אלס מטיפים־שליחים פון דער נאװארדיקער ישיבה און אויפגעשטעלט אין כמיעלניק די ישיבה, װאס ראט זיך געשאפן א שם און א רום אין דער גאנצער געגנט. אין פאלקס־שזלע, מיטן באקאנטן לערער מארשינםקי, ײדן־פרײנט און דעחניער פון עטלעכע דורות•

passage_43b38097307b3fb90b8a5fd7