559 פנקס כמיעלניק 560 אבסאלװענטן פון דער פאלקס־שולע — 1935. פון רעכטס : שמעון קויפמאן, אברהם זאלצמאן, ליפא זײדמאן, העשל נירנבערג, ישראל שטײנפעלה שלמה לעװנשטײן, אליעזר פלוטשענניק און אליעזר טורקלטויב. ײד, װעלכער האט געלערנט מיט די ײדישע תלמידים ײדישע געשיכטע און ײדישע רעליגיע אין הסכם מיטן אלגעמײנעם לערן־פראגראם. זײן נאמען איז געװען אלתר מאיר לאקס׳ א רעליגיעז־אינטעליגענטער מענטש, אבסאלװענט פון װארשע־ װער סעמינאר און אײנער פון די נאענטע אנהענגער פון הרב אליעזר יהושע עפשטײן. אבסאלװענטן פון די פאלקםשולן װעלכע האבן געהאט מיטלען, פלעגן דערנאד פארן װײטער לערנען אין די גימנאז־ יעם קײן סטאפניץ, בוםק, קעלץ און לאדזש. אײניקע פון זײ האבן שפעטער אויך פארגעזעצט זײערע לימודים אין אוני־ װערםיטעטן. כמיעלניק האט אויך םארמאגט א פראפעםיאנעלע מיטלשולע מיט אן אײגענעם בנין — דאם איז געװען די ״שקאלא זאװא־ דאװא״ דארט האבן אבער נישט געלערנט קײן ײדן צוליב איר אויםגעשפראכן קאטױליש־פרומען כאראקטער. רעדנדיק װעגן שולװעזן אין כמיעלניק דארף אונטערגע־
שטראכן װערן דער אלגעמײנער הויכער קולטור־נױוא פון דער באפעלקערונג. כמיעלניקער ױגנטלעכע און ױנגעלײט האבן געשמט אין דער גאנצער סביבה פאר איגטעליגענטע מענטשן װאם האבן געלערנט און געלײענט, געשעפט װיסן פון די פיל ביבליאטעקן — פון דער גרויםער שטאטישער ביבליאטעק פון די פועלי־צױן, פון דער ביבליאטעק פון דער צױניםטישער ארגאניזאציע און פון די ביבליאטעקן, װעלכע האבן עקםיםטירט בײ כמעט אלע צױגיםטישע און נישט־ צױניסטישע ארגאניזאציעס. זײער אפט פלעגן אויך פארקומען פארלעזונגען אויף פאר־ שײדענע ליטערארישע טעמעם מיט פרעלעגענטן, װאס םלעגן קומען פון אנדערע שטעט. אויך די בעסטע טעאטר־אגסאמ־ בלען פון ײדישן און אויך פון פוילישן טעאטער פלעגן אפט קומען קײן כמיעלניק ז קאנצערטן, כארן, רעציטאציע־אװנטן זענען געװען אן אפטע דערשײנונג אין שטאט און מיטגעהאלפן צו דער קולטורעלער אויםלעבונג פון דעם ײדישן עולם.