Original scan
Original memorial-book scan 287
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1152

מרדבי זהר / יצחק אםפים אוו זיױ שולע (תל־אביב) יצחקל אספיס׳ לײביש פארבערס אן אײניקל׳ האט אין זײן ױגנט זיך אויםגעצײכנט מיט א שארפן קאפ אין לימודי קודש׳ ער איז באקאנט געװען אין שטאט אלס עילוי׳ געלערנט מיט התמדה און געװען בקי אין ש״ם ופוסקים. דאם לערנען א שיעור בײם רב׳ הרב אברהם יצחק םילמאן׳ האט עדות געזאגט װעגן זײן גרויסער ערודיציע און אינטעליגענץ. כמיעלניק װאס האט זיך אויםגעצײכנט מיט תלמוד־תורהס, הדרים׳ ישיבות און לומדים׳ האט אין יענער צײט קײן ײדישע שולע מיט װעלטלעכע לימודים נישט געהאט. יעדער פרװו אויפצושטעלן אזא שולע׳ איז באקעמפט געװארן דורך חסי־ דיש־רעליגיעזע קרײזן װעלכע האבן באהערשט די שטאט ליט זײער שטרענג־רעליגיעזן חינוך׳ די צוגרײטונג אין לעבן ארײן איז געװען דאס לערנעז בײם לאמען לערער שרײבן א ״גריזל״ און רוםיש־פוילישע בוקװעס׳ צו קענען זיך אונטער־ שרײבן אויף ״גוײש״. נאכן ערשטן װעלט־קריג׳ װען פוילן איז באפרײט געװארן• האבן נײע װינטן אנגעהויבן ארײנדרינגען אויך אין די כמיעל־ ניקער בתי־מדרשים׳ און ישיבה־בחורים האבן מיט דורשט אויפגעכאפט די נײע װעלטלעכע קולטור־גרוםן און בגניבה באהאלטן אונטער דער גמרא ליטערארישע טריפה־פסולס. איך אלײן בין באזײטיקט געװארן פון חסידישן בית־המדרש■ װײל מען האט ״געפאקט״ בײ מיר אונטער דער גמרא פײער־ בערגם ״לאן״•

passage_bb4a62bd08b7d60e17b06ad8
Passage 2normalized OCR · source chars 1154-2088

דעמאלט האט דער שארפזיניקער עילוי יצחקל אםפיס זיך ״ארויסגעריסן״ פון רב׳ם השגחה און אין געהײם — אנגעהויבן לײענען ײדישע און העברעאישע ביכער׳ און לערנען סיסטע־ מאטישע װעלטלעכע לימודים און פרעמדע שפראכן. יצחק אספים איז דאן מיט דער מיטהילף פון בנימין אליעזר פרײדמאן (שמחוני) צוגעטרעטן מיט התלהבות און ענערגיע גרינדן א שולע מיט א מאדערנער קלאםן־פארטײלונג׳ איז װעלכער מען האט געלערנט אלערלײ װעלטלעכע לימודים׳ ארײנגערעכנט פראנצויזיש און העברעאיש׳ תנ״ך מיט גאר־ דאנם ביאור׳ ײדישע געשיכטע׳ פערזענלעכע היגיענע׳ ספארט׳ גימנאסטיק און טעאטער־פארשטעלונגען. א שם האבן געהאט די קינסטלערישע לעבעדיקע ספארט־ פיראמידן׳ אויםגעפירט דורך די שול־תלמידים׳ צוגעגרײט דורך דעם פראנצויזישן לערער ראזנצװײג׳ װעלכע האבן ארײגגעבראכט פרײד אין שטעטלדיקן לעבן. דער רעװאלוציא־ נערער שריט פון יצחק אםפיס האט געמאכט אן איבערקערע־ גיש אין דעם דעמאלטיקן לעבנס־שטײגער. האבן טאקע די חסידישע קרײזן אים אנגעהויבן רודפן׳ אים יצחק אםפים אינהאבער פון א גימנאזיע אין בוענאם־אײרעס

passage_4253abac0d5c0915c40551f6
Passage 3normalized OCR · source chars 2090-3147

דערקלערט אלס אפיקורם און ממש ארײנגעלײגט אין דער ״חית״ (חירום). דער קולטור־װארשטאט פון יצחקל אםפים האט אבער װאס מער געשלאגן טיפע װארצלען. ׳כמיעלניקער ױגנט (אין פיל פאלן קעגן דעם װילן פון זײערע עלטערן) האט זיך מאםנװײז פארשריבן אין דער שולע׳ װאם האט זיך געפונען בײ בינעצקי אין הויף׳ נעבן דער אמאליקער אלטעד פאסט. די אםפיס־שולע איז געװארן דער דערציאונגס־פאק־ טאר׳ דער קװאל פון װיםן און ליכט׳ דער סטימול פאר אלע אנדערע דערציערישע און געזעלשאפטלעכע טעטיקײטן. די שול טראגט זיך שפעטער איבער אין א גרעםערן לאקאל אין דער פינטשעװער גאם׳ אין הויז פון חיים שוחט. אםפים באװײזט זיך דעמאלט אין א װײם םטודענטן־היטל׳ אין קורצער קלײדונג. אין דער זעלבער צײט׳ װאם ער לערנט און דערציט אנדערע׳ גרײט ער זיך צו בײנאכט צו אוױװערזיטעט־םטודיען. ער ברעכט דורך אלע שװעריקײטן און פארברײטערט די שול־ראם מיטן ארײגברענגען לערער פון דער גרויםער שטאט. די גאנצע אינטעליגענץ קלאמערט זיך ארום דער קולטור־ פעסטונג׳ װאם הײםט אספיס־שולע. דארט װערן געבוירן פלענער פון צױניסטישער ארבעט׳ װערן געשאפן גרופן פאר אלערלײ דערציערישע אונטערנעמונגען׳ יװעלכע פארברײ־ טערן די װיםן־האריזאנטן פון אונדזער ױגנט.

passage_0f64a41df8ce6d133c477070
Passage 4normalized OCR · source chars 3149-3598

אלע שפעטערדיקע מנהיגים פון ״השומר הצעיר״ און אנדערע פאליטישע ריבטונגען — זענען געװען יצחקל אםפיםעם תלמידים. פון דארט האבן זײ מיטגענומען דעם גײםטיקן באגאזש פאר זײער װײטערדיקן לעבנם־װעב דער לערער יצחק אספים פארלאזט כמיעלניק אויפן װעג קײן ארץ־ישראל. כדי ממשיך צו זײן זײנע לימודים׳ פארט ער קיױ ארגענטינע׳ װו ער לעבט ביזן הײנטיקן טאג אלס דירעקטאר פון זײן אײגענער גימנאזיע אין בוענאס־אײרעס. די ״אספיס־יארן״ זענען טיף אײנגעקריצט אין זכרון פון אונדזער דור.

passage_4e04a48c4db1ce35b936e54d