Original scan
Original memorial-book scan 288
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-906

משה זאנשיױ / כלײקודש אוו אינסטיטוציעם (תל־אביב) א בכבודיקן פלאץ אין כמיעלניקער רעליגיעזן לעבן האט פארנומען דאס כלי־קודש — דער אנערקענטער רב, ר׳ אליעזר הלוי עפשטײן האט שבת געפראװעט טישן און ארום זיך געהאט די שענםטע בעלי בתים פון שטאט. דער הינקנדיקער ר׳ משה שמש׳ װעלכער איז נאך געװעזן שמש בײם אלטן רב, האט וױיטער עוסק געװען אין זײנע צרכי קודש. בײ יעדעל חופה וקדושין איז ער געקומען מיט די חופה־שטאנגען און געזארגט פאר צרכי צבור• בערל שמש (טרעמבעצקי) װאם איז דערמארדעט געװארן מיטן ארײנקום פון די דײטשן, איז געװען משמש פון גרויסן בית המדרש, און דער סארװער ארן טײלער אויף גרויסע נגידישע חתונות. יאסל שמש (בזיםקע), דער משמש פון דער גרויםער שול און דער לעצטער שמש פון אברהם םילמאן, דער תקיף און בעל סדר פון די בתי מדרשים, און צו זײ פיל משמשים־געהילפן. אפילו דער הויקערדיקער גוי יאנעצקי האט אויך זיך ארײנגערעכנט צו די כלי קודש, װײל ער מיט זײן גאנצער משפחה זענען געװעזן די רײן־ מאכער אין דער שול און אין בית המדרש.

passage_abaae2a908f5c9fa1c233369
Passage 2normalized OCR · source chars 908-1461

אויך גוטע חזנים האט כמיעלניק געהאט. דער שול־חזן, ר׳ יעקל קאפעלאװיטש װאם האט ימים נוראים געדאװנט מיט א כאר פון משוררים, מיט װעלכן ער האט אײנשטודירט א ג.אנץ יאר בײ זיך אין שטוב. ער פלעגט אויך ארויסטרעטן אין שול בײ פײערלעכע תפילות צו די פוילישע נאציאנאלע יום־ טובים. דער געהאלט זײנער פון דער קהילה איז גישט געװעזן קײן גרויסער, און דעריבער האט ער נאך געמוזט צוהאנדלען מיט מאנופאקטור. דער צװײטער חזן, ר׳ משה יאקערכ (זשמידעק) איז געװעזן דער חזן פון בית המדרש. זײן זײטיקע פרנםה איז געװעזן מלומדות, כתובות און תנאים־שרײבן, און צו דעם אלעם געהאט גאנץ קנאפ פרנםה.

passage_5f6c716c36d87316d2969a54
Passage 3normalized OCR · source chars 1463-2473

פיל בדחנים זענען געװען אין פארשידענע צײטן׳ אבער יאסל מארשאלעק (פרידמאן) געדענקען אלע מיט זײן גרויםן הומאריםטישן רעפערטואר אויף אלע חתונות. זײנע פאראדיעס און פרײלעכע גראמען האט ער .אלײן געשאפן און זײ זענען שפעטער געזונגען געװארן דורך בעלי־מלאכות בײ זײערע װארשטאטן און דורך סוחרים אין זײערע קראמען. אײן ליד פון פיל חתונה־לידער האט זיך אנגעהויבן: ״גאט האט געזאגט צו אברהמען, ער זאל נישט דערװעגן צו לאמען׳ נאר ער זאל גײן דעם גלײכן װעג״... װעז יאםל מארשאלעק איז אװעק קײן אמעריקע, האט שוין כמיעלניק מער נישט געהאט קײן לײטישן בדחן. פארשידענע ױנגעלײט האבן געפרװוט זיץ בדחנים׳ אבער אן דערפאלג, צװישן זײ — זלמן היטל־ מאכערם אײניקל און יאסל בזשיסקע, װעלכע האבן נאר אויפ־ געטרעטן שבת־צוגאכטם אויף א פארשפיל נאך אן אויפרופן. קלעזמארים מיט א מוזיקאלישן חוש זענען געװעזן: םאנע קלעזמער׳ אברהמל קלעזמער׳ װאס זענען געקומען און געשפילט אויף חתונות און פורים׳ צוזאמען מיט די פורים־ שפילערם׳ װאם האבן פארגעשטעלט היםטארישע שטיק׳ און לעצטנס די ״קראקאװםקע װעסעלע״, אויסגעפירט דורך די פורים־שפילער אברהמלע נופאק און ױנה זײד, ״זאטשער״.

passage_a9646f7c1f64030715d6e5db
Passage 4normalized OCR · source chars 2475-3011

דאם געהערן צו חברי־קדישא און חברה ״נושאים״, איז געװעזן א גרויםע מצװה און ײדן־חסידים, בעלי מלאכות און םוחרים האבן זיך געשטופט צו זיץ אין די חברות. דער באװוסטער שמואל מאפע׳ חײם נתן גאלדשטײן׳ יעקל פלו־ טשענניק און אנדערע זענען געװעזן די לײטער פון די אינם־ טיטוציעם און מיט גרוים יראת הכבוד זיך באצויגן צו זײער מיסיע. הושענא־רבא איז פארגעקומען א גרויסע ״הילולא״ בײ דער חברה קדישא, א גרויםער קידוש׳ אויף װעלכן מ׳האט געמאכט א שטארקן ״לחײם״. אפרים זײגערמאכער פלעגט מיט יעדן קראנקן פארן טויט זאגן װידוי׳ און דערמיט זיך פארדינט זײן אריכות ימים.

passage_2b0b7378ba7ba66e050234a2
Passage 5normalized OCR · source chars 3013-4193

״לינת הצדק״ אין כמיעלניק האט הינטער זיך א רײכע פיל־ יאריקע געשיכטע מיט גרויסע אויפטוען פאר קראנקע און אומפארמעגלעכע מענטשן. דאס איז געװעזן א גרויסע אינס־ טיטוציע׳ װאם איז געשטאנען אין צענטער פון געזעלשאפט־ לעכן לעבן אין כמיעלניק. פיל כמיעלניקער ײדן זענען געשטעלט געװארן אויף די פים דורך דער דירעקטער הילף פון ״לינת הצדק״, װאם האט אויך פארמאגט אן אײגענעמ בית־תפילה. אין די לעצטע יארן׳ פארן אומקום׳ איז ״לינת הצדק״ געװעזן אײנע פון די װיכטיקסטע הילפם־אינםטיטו־ ציעם אין גאנץ כמיעלניק׳ מיט װעלכע עס האט אנגעפירט א פרויען־גרופע׳ אין קאמיטעט פון לינת־הצדק־נשים אין די יארן 39—1937 זענען געװען: רחל קויפמאן׳ (פרוי פון לײביש) חנה איטע לעװענשטײן (פרוי פון משה), רויזע לאה װײנבערג (פרוי פון מאנעס), אםתר בוגײםקי־זאנשיץ (פרוי פון בנימין), און רויזע פאםטערנאק (פרוי פון לײביש־עטלס). צו דער ארבעט פאר העלפן פארשידענע סאציאלע פאלן זענען מאביליזירט געװארן הונדערטער פרויען׳ װעלכע האבן מיט גרוים ענטוזיאזם געזאמלט געלט׳ קלײדער און עםנװארג פאר ארעמע און קראנקע. די גרעםטע הילפס־ארבעט פון ״לינת הצדק״ איז אויסגעפירט געװארן מיטן אנהײב פון דער דײטשער אקופאציע׳ װען קיץ כמיעלניק זענען אנגעקומען טויזנטער דעפארטירטע ײדן פון פלאצק און אומגעגנט. לינת הצדק האט זײ באזארגט מיט װוינונגען, ערשטע הילף׳ רםואות

passage_41e2039825ce198e63417dbe