Original scan
Original memorial-book scan 289
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-986

569 משה זאנשײן — כלי־קודש און אינסטיטוציעס 570 פאר קראנקע און בײגעשטײערט צום אויפשטעלן די עפנ־ טלעבע קיך׳ אדאנק װעלכער טויזנטער פליטים פון אנדערע שטעט האבן דערהאלטן זײער לעבן. דאם עקאנאמישע לעבן פון כמיעלניקער ײדן איז געװעזן קאנצענטרירט ארום די בענק. די הויפט־באנק איז געװעזן די .באנק לודאװי״, אין װעמענס שפיץ עס איז פיל יארן געשטאנען ר׳ ישעיהו שמואל מארגאליעס. ישעיהו שמואל פלעגט זיך בארימען פאר די קריםטן אין שטאט און זאגן * ״יעסטעם צאלי קרענטשיטשעל באנקו לודאװעגא״. די באנק האבן געפירט אפרים זאלצבערג, יהודה פײגגאלד׳ רבציע אקסענהענדלער און אנדערע. כמיעלניקער סוחרים האבן אלע געלט־טראנזאקציעם דורכגעפירט דורך די ״לודאװי״, אויך די גרעסטע שפאר־קאסע פון קלײנע הענדלער און בעלי־ מלאכות איז געװעזן אין אט דער באנק. די אנדערע בענק זענען געװעזן־ ״האנדלאדוי״, געפירט דורך דער משפחה קאנערצוקער; די באנק ״דיסקאנטאװי״ בײ ר׳ משה׳קע פײנגאלד, װאס איז געפירט געװארן דורך װעלװל װײנריב, מאיר פײנגאלד, מאיר שטראך, שאול מאראװיץ; די גערער באנק ״קרעדיטאװי״, געלײטעט דורך יאסל דזשאלאװסקי און אברהם פיש.

passage_b9ad98dec9ced8dd8be56393
Passage 2normalized OCR · source chars 988-2067

די לעצטע פינאנץ־אינסטיטוציע, כמעט די פאפולערםטע אין דער שטאט איז געװעזן די ״גמילות חסד־קאסע״, אן אן־ פראצענטיקע קאסע פאר מיטלשטאנד, האנטװערקער און קלײגהענדלער, װעלכע האט געהאלפן די כמיעלניקער ײדן בײ זײערע פרנםות, באזונדערם פיל געטאן פאר דעם קלײנעם מענטש אין שטאט. די כמיעלניקער האנטװערקער, בעלי־מלאכות פון פאר־ שײדענע פאכן, האבן שװער געארבעט אויף פרנסה פאר זײער בני־בית מיט שװײם און מי ביז שפעט אין דער נאכט בײ זײערע װארשטאטן. די שנײדער, צװישן זײ די שנײדער פון באשטעלונגען און טאגדײטער. די באװוםטע כמיעלניקער שנײדער: דוד דאלום, חײם װאלף מארטין, מנדל גארליצקע און גבריאל צעלע און אהרון סאמעטבאנד מיטן זון שמואל, דרײ דאמען־שנײדער. לײב־בער דער שנײדער פון חםידישע מלבושים. די טאנדײט־שנײדער פלעגן פארן אויף ירידים און פארקויפן זײער סחורה מערםטנם צו די פויערים. שוסטערס : מאיר מאלעם׳ קלמן קאםאװסקי, שלמה דוד און פיל אנדערע גוטע שוםטערם אויף באשטעלונגען און אויך טאנדײטערם. קאמאשענמאכערם און לעדער־בעל־מלאכה׳ם. די האנטװערקער האבן זיך געגרויםט מיט זײער גרויםן האנטװערקער־פארײן אין אן אײגענעם לאקאל׳ אונטער דער חנה־איטע לעװעגשטײן (גאלדבלום) לײטערן פון לינת־הצדק, פון יאר 1935 ביז 1942.

passage_8c5210f426501a22d3381170
Passage 3normalized OCR · source chars 2069-2814

אנפירערשאפט פון הערשל שטרום׳ יהייאל לעשמאן ארון םאמעטבאנד און יעקל מאשקאװיטש. זײ האבן אנטײלגענומען אין די װאלן צום שטאטראט און קהילה׳ אומעטום געהאט א פארשטײערשאפט׳ װאם האט פארמײדיקט זײערע אינטערעסן. זאל אויך דערמאנט װערן דאס שפיטאל װאם האט יארן עקזיםטירט, בלויז מיט אן איבעררײם פון א שטיקל צײט׳ און שפעטער׳ מיטן אויסברוך פון צדוײטן װעלט־קריג װידער געעפנט געװארן; און די װאס זענען געשטאגען אויף דער װאך פון געזונט פון דער באפעלקערונג, די פעלטשערם: ישראל איטשע קלײנערט׳ יאםל מאשנבערג׳ רובינשטיין, און די דאקטוירים : ד״ר פול, ד״ר באלאנאװםקי׳ ד״ר רײכמאן און אנדערע. בארימט זענען געװען די כמיעלניקער שוחטים: ר׳ ױחנן גערטנער׳ ר׳ עזרא גאלדװאםער׳ ר׳ מאטל׳ ר׳ אברהם משה העלער. אלע האבן געהאט פארצװײגטע פאמיליעס און אויפגע־ שטעלט גאנצע שוחטים־דינאסטיעם.

passage_906b4531111e0e71e9d1d2ff