Original scan
Original memorial-book scan 291
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-507

573 שמואל אונגער — די אלגעמײן־צױניםטישע ארגאניזאציע 574 געװען. די הכנםה — א גאנץ היבשע סומע, איז גלײך איגער־ געװיזן געװארן צו דער צענטראלע פון קק״ל קײן װארשע• נאכן גרויסן דערפאלג פון באזאר זענען מיר צוגעטראטן ארגאניזירן דעם ״החלוץ הכללי־הצױני״ און צו שטארקן דעם יוגנט־םניף ״הנוער הצױני״. די ארגאניזאציעס האבן אנגע־ הויבן צו ארבעטן און באלד האט מען אנגעהויבן ארויסשיקן חלוצים אין פארשידענע הכשרה־פונקטן אין לאגד, מיר האבן באלד זוכה געװען צו דער עליה פון די צװײ ערשטע חברים : זעליק פרידמאן און גיטל יעגער.

passage_62a4cd94836330ea323d81d1
Passage 2normalized OCR · source chars 509-1412

אין סניף האט זיך אײנצײטיק געפירט אן אינטענסױוע קולטור־ארבעט. זײער אפט זענען פארגעקומען פארלעזוגגען אויף פאליטישע און ליטערארישע טעמעס. פון צײט צו צײט זענען אײנגעארדנט געװארן קינסטלערישע אװנטן און ליטע־ רארישע ״משפטים״. די שבתדיקע רעפעראטן און שמועסן זעגען פארגעקומען אונטער דער אנפירונג פון דוד זאלצמאן. אין דער ארבעט האט א נישט־קלײנע ראל געשפילט די צױניםטישע ביבליאטעק, װאס איז בכלל געװען די צוױיט־ גרעםטע ביבליאטעק אין דער שטאט. אלע ױגנט־קרײזן פון דער שטאט האבן אויםגעבארגט ביכער אין אט דער ביבליא־ טעק. דארט זענען אויך פארשפרײט געװארן ײדישע און הע־ ברעאישע צײטונגען. אין יענער צײט זענען אויך ארגאניזירט געװארן העברעאיש־קורסן דורך די לערערס רחל בלאט און מאטל װײסבארט. שפעטער איז אויך ארגאניזירט געװארן א קרײז פאר העברעאיש־רעדנדיקע און א ״תרבות״־שולע אונטער דער אנפירונג פון א דיפלאמירטער לערערין׳ װאם אי• געשיקט געװארן פון דער תרבות־צענטראלע אין װארשע. דער סניף האט אנטײלגענומען אין די װאלן צום שטאט־

passage_c967580cfdb933f0394e01ad
Passage 3normalized OCR · source chars 1414-2477

ראט און צו דער קהילה. זײנע פארשטײער זענען תמיד אוים־ געװײלט געװארן נישט געקוקט אויפן שװערן װאל־קאמף, װאם איז דערבײ אויםגעקומען צו פירן מיט די לינקע ארגא־ ניזאציעס. א גרויםע אקטױויטעט האבן מיר ארויםגעװיזן אויך בעת די סײם־װאלן, באזונדערס בעתן גרויםן װאל־ קאמף צװישן די צױניםטן מיט דער אגודה; אונדזער םניף האט דעמאלט פיל געהאלפן צום נצחון פון גרינבוימס ליםטע אין אונדזער שטאט. בעת יענעם װאל־קאמף איז כמיעלניק באזוכט געװארן דורך יצחק גרינבוים און דעם ״הײנט״■ רעדאקטאר אברהם גאלדבערג. יענער טאג איז געװארן א גרויסער ױם־טוב פאר אלע ײדן. טראנםפארענטן און פענער האבן געפלאטערט איבער אלע הײזער און אויך די נישט־ײדן האבן געקוקט מיט גרוים דרך־ארץ און געשושקעט זיד״־אז דער ״ײדישער מלך״ קומט אין שטעטל. װען די טעקםי מיט גרינבוימען האט זיך דערנענטערט אין שטאט, זענען אלע ארוים אים מקבל־פנים־זײן. פארוים זענען געפארן ױגנטלעכע אויף ראװערן מיט בלוי־װײםע פענדלעך. איך געדענק, אז װען די טעקםי איז אין מיטן װעג קאליע געװארן און געבליבן שטעקן אויפן ארט׳ האבן צױניםטישע עסקנים זיך אײנגע־ שפאנט אין א שליטן און אזוי ארײנגעפירט דעם באליבטן מגהיג אין שטאט ארײן. קרן־קײמת־קאמיטעט אין 1935

passage_0cf5a88d38521d485cad17c8
Passage 4normalized OCR · source chars 2479-2865

זיצן ערשטע ר״ע : אליעזר בוגײסקי, שמואל בעקער. צװ״טע ר״ע : פײגל בוגײםקי, ד״ר באלאנאװסקי, שמואל זאלצמאן ,ישראל ריטערבאנד, ישכר קאנערצוקער, נחה װײנשסײן. דריטע ר״ע : שמעון קיפעל, לײבל װײנבערג, מאטל גאלדליסט, אונדזער ארגאניזאציע האט, װי געואגט, גענומען אן אקטיװן אנטײל אין געזעלשאפטלעכן װי אױך אין פאליטישן לעבן אין שטאט. דאם איז באזונדערס געקומען צום אויםדרוק אין די לעצטע יארן פארן חורבן.

passage_78c53388636ef84b9b0cf637
Passage 5normalized OCR · source chars 2867-3709

אין אײנעם א טאג, ערב די שטאטראט־װאלן איז אין שטעטל אראפגעקומען דער םטאראםטע פון סטאפניץ, צוזאמענגערופן די פארשטײער פון אלע גרופירונגען און דערקלערט קורץ און שארף : ״כמיעלניק איז נישט פאלעסטינע און אין אונדזער שטאטפארוואלטונג װעלן נישט זיצן אזש 20 יידישע ראט־ מענער, בעת די נישט־יידישע פארשטײערשאפט באטרעפט נישט מער װי פיר פארשטײער״. די ײדישע ראטמענער זענען געװען איבערראשט פון דעם חוצפהדיקן טאן פון דעם רעגי־ רונגם־פארשטײער. די פארשטײער פון ״אגודה״ האבן זיך ארויםגעדרײט פון אן ענטפער און אװעק בחפזון דורך א הינטער־טיר. אונדזער פארשטײער דאקעגן, ישכר קאנער־ צוקער, האט דעם סטאראםטע געגעבן א קלארן ענטפער, אז כל־זמן אין פױלן איז פאראן א קאנסטיטוציע, װעלן די ײדישע ארגאניזאציעס נישט אננעמען קײן שום דיקטאט: אדער ס׳װעלן פארקומען פרײע װאלן, אדער די שטאט־פארװאלטונג װעט זײן אן ײדן. דערויף האט דער סטאראםטע בײז געענט־ פערט : ״װעלן מיר לעבן און זעען״•

passage_bc81af126db18c03505bb327
Passage 6normalized OCR · source chars 3711-4079

באלד דערנאך איז אראפגעקומען קײן כמיעלניק א שטראף־ עקספעדיציע. ײדישע געשעפטן זענען געשלאסן געװארן מיט פארשײדענע אויםרײדן און מ׳האט אנגעהויבן צאפן פארשי־ דענע שטײערן, אלץ כדי צו צװינגען דער באפעלקערונג אנצו־ נעמען דעם םטאראםטעם פאדערונגען בנוגע די ״װאלן״. צוליב כלומרשט סאניטארע טעמים זענען צעלײגט געװארן פארשידענע געבויען און א צאל עםקנים זענען זאגאר ארעם־ טירט געװארן.

passage_d805fa506b239538762cb1c4