575 פנקס כמיעלניק 576 אין שטאט האט זיך ארגאניזירט אן אקציע־קאמיטעט צו די װאלן און נאך עטלעכע פארטרוילעכע זיצונגען איז באשלאםן געװארן צו שיקן א ספעציעלן שליח קײן װארשע אלארמירן די ײדישע עפנטלעכע מײנונג און אנפרעגן אין די צענסראלע ײדישע אינםטאנצן װי אזוי צו האנדלען. דער שליח איז געקומען אין קאנטאקט מיט ײדישע פירער און ם׳איז באשלאסן געװארן פארצוזעצן דעם קאמף, ד״ר משה קלײנבוים האט דעמאלט פארעפנטלעכט א שארף לײט־ארטיקל אין ״הײנט״ װעגן דעם סקאנדאליעזן פאל. דער קאמף איז אנגעגאנגען אין כמיעלניק ביזן מלחמה־אויסברוך. נישט געקוקט אויף אט דעם קאמף מיט די מאכט־ארגאנען, עקאנאמישע גזירות און רדיפות, װאס דאם שטעטל האט געהאט אויסצושטיץ, איז די צױניסטישע ארבעט נישט אפגע־ שטעלט געװארן. אין 1938 איז װידער אײנגעארדנט געװארן א גרויםער קק״ל־באזאר, צו װעלכן ם׳זענען געקומען פאר־ שטײער פון װארשע. די פארזיץ אין סניף האט אין יענע יארן געפירט שמואל זאלצמאן, נאך דעם װי ישכר קאנערצוקער איז אריבער ארבעטן אין דער צענטראלע פון קרן היםוד אין װארשע, און יהודה פײנגאלד איז מיט זײן משפחה אװעק אין דארף ניעכטשיץ אלס פארװאלטער פון א גוט.
כדאי באזונדערם אונטערצושטרײכן די אקטױוע טעטיקײט פון שמואל זאלצמאן. ער א׳־ז געװען פארזיצער פון דער צױניסטישער ארגאניזאציע פון יאר 1933. מיט זײנע רעפע־ ראטן האט ער פארשפרײט װיסן צװישן דער ױגנט. געװען א הארציקער און געטרײער ײד. ער איז טראג׳־ש אומגעקומען אין געטא זײענדיק אײנער פון די ױדנראט־פרעזעסן אין די ערשטע יארן פון דער אקופאציע. שטארק אקטױו איז דעמאלט אויך געװען דער ״הנוער הצױני״, אינטער דער אנפירונג פון שמעון קיפעל, שמואל אונגער, אליעזר בוגײסקי, מרדכי פרידענזאן א״א. חברים זענען געשיקט געװארן אין די צענטראלע מדריכים־קורסן און עם זענען אויך אײנגעארדנט געװארן זומער־לאגערן מיט א גרויםער באטײליקונג פון ױגנטלעכע. צװישגפארטײאישע קרן־קײמת קאמיסיע, תרצ״ג —1932 שמײעו פװ רעכטס אויף לינקס : ישראל דוד פײגענבוים, שמעון גארליצקי, קלמן אונגער, דוו קשיאנזשער. זיצן פון רעכטס אויף לינקס : ישראל ריטערבאנה ד״ר באלאנאװסקי, ישכר קאנערצוקער, לײבל װילטשיק, מאטל גאלדליםט.