Original scan
Original memorial-book scan 300
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1107

5$1 פנקס כמיעלניק 592 ײדישע פאלקס־שול א.נ. ב. באראכאװ, 1921. אין הינטערגרונד די לײטונג פון דער שול, רעכטס צו לינקס : בײרעו גארליצקי, קלמן מיעדזיגורסקי, לײבל װילטשיק, איטשעלע נײמאן — לערער, אברהם שײבער — לערער, בערל איגעלניק — פארזיצער פון פ.צ. קאמיטעט, חיה־שרה פעלמאן־פרידמאן, יענקל פרידמאן. װילטשיק, 4) נחמיה סאמבורםקי, 5) קלארא גוטמאן, 6) פעםל װײנבערג (איצט אין מדינת ישראל) 7) און חבר אליהו. די ״ױגנט״ ארג. איז אויםגעװאקםן אין א מאסן־ארגאניזא־ ציע װו מען האט זיך מיט איר גערעכנט נישט נאר אין כמיעלניק אלײן נאר אין דער גאנצער אומגעגנט. די ״ױגנט״ איז געװעזן אײנגעטײלט אין גרופן אין װעלכע ס׳זענען געלערנט געװארן ־ פאליטישע עקאנאמיע, היםטארי־ שער מאטעריאליזם׳ קלאםן־אינטערעס און די נאציאנאלע פראגע פון ב. באראכאװ. די ״ױגנט״ האט ארגאניזירט פארשײדענע אויםפלוגן אין םפעציעל־װיכטיקע פלעצער און אפטע באגעגענישן מיט ״ױגנט״־ארגאױזאציעם פון אגדערע שטעט. דאם זענען אלעמאל געװעזן ױם־טובים פון א גרויםן פארנעם, װײל אויף די באגעגענישן זענען אײנגעארדנט געװארן לעקציעם און אויפגענומען געװארן פראגן פון .א ספעציעלן באראקטער און האבן אלעמאל איבערגעלאזן א טיפן אײנדרוק בײ אלע ױגנטלעכע, װעלכע האבן אין זײ אנטײלגענומען.

passage_e0f922d476207865ef60e44d
Passage 2normalized OCR · source chars 1109-1925

די ״ױגגט״ האט אײנגעארדגט ליטערארישע שמועסן װעגן שרײבער פון דער ײדישער און װעלטלעכער ליטעראטור. די ״ױגנט״ האט אויד אײגגעארדנט צוגרײטונגס־קורסן פאר די שילער פון דער ײדישער פאלקס־שולע א.נ. פון ב. בארא־ כאװ״, אן אפטײלונג פון ציש״א — צענטראלע ײדישע שול־ ארגאניזאציע אין פוילן, כדי זײ זאלן קענען ארײנקומען אין דער ײנגער ארגאניזאציע ״ױנגבאר״. ״פועלי צױך און אירע ױגנט־ארגאניזאציעס האבן מיט מםירת נפש געארבעט׳ אז די ײדישע פאלקם־שול זאל עקזים־ םירן און קענען דערציען א נײעם ײדישן דור אין דער ײדישער און װעלטלעכער קולטור. אין די קנאפע 20 יאר פון דער עק־ זיםטענץ פון דער שולע האבן גראדואירט העכער 15 הונדערט שילער. א גרויסער טײל האט שפעטער אויםגעװאנדערט און ם׳איז כמעט נישט פאראן קײן װעלט־טײל װו ם׳זאלן זיך ױשט געפינען קײן כמיעלניקער װעלכע זאלן נישט האבן באלאנגט צו דער פועלי צױן־ארגאניזאציע אדער צו אײנע פץ אירע אפצװײגונגען.

passage_9efbc37cc0db1dd284a87759