Original scan
Original memorial-book scan 320
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1141

מרדכי בדבחד / צױגיםטישער פארטיײקאמף (תל־אביב) א בלבול אויף א רב דאס איז געװען אין די יארן װען די טעטיקײט פון די צױניםטישע פארטײען האט זיך אלץ מער פארשטארקט אזוי װײט, אז די ױגנט האט געװאגט דורכפירן א כ׳ תמוז־אזכרה אין בית־המדרש גופא. פרומע ײדן זענען געװארן אויפגע־ טרײסלט׳ האבן געזען אין דעם אן אפיקורםות און באשלאםן ארויס אין ״קאמף״. פאר דעם צװעק איז אראפגעבראכט געװארן אין שטאט אריץ א גרויסער רב פון לאדזש, אן אגודהשער פירער׳ װאס האט געשמט אלס שאו פער רעדנער. ער איז געקומען מטיף־ מוםר־זײן די באלעבאטים אין שטאט זײ זאלן לײגן מער אכט אויף זײערע קינדער, װאס זענען — רחמנא לצלן — ארויס לתרבות רעה, איגגאנצן פארכאפט געװארן פון צױניזם. שוין עטלעכע טעג פריער האבן ריזיקע פלאקאטן־קול קורא׳ס אין אלע חסידים־שטיבלעך און בתי־תפילה גערופן דעם עולם צו קומען צו דער דרשה״ װאס א גדול בתורה װעט האלטן אין גרויםן בית מדרש דעם נאענטן זונמיק פארנאכט בין מנחה למעריב. די צױגיסטישע עסקנים האבן באשלאסן דעם קאמף אויפ־ צונעמען אויפן ארט. נאך אײדער דער בית מדרש איז געװארן אנגעפילט דורך דעם ריזיקן עולם, װאס האט געשטראמט פון אלע געםלעך, האט א היבשע גרופע עסקנים פארגומען א ״סטראטעגישע״ פאזיציע בײם קאפלאװן אוירון — גרײט צו רעאגירן אויפן ארט אויפן רב׳ס דרשה.

passage_c641a562170d3a3fc41051ce
Passage 2normalized OCR · source chars 1143-2003

דער רב — א ײד א הדרת־פנים גײט ארויף אײפן בעלעמער בײם ארון קודש, טוט אוים דעם הוט און בלײבט אין דער יארמולקע. ער הײבט אן — צוערשט געלאםן און רואיק, גײט ארום און ארום, פארטײטשט אײן פסוק נאכן צװײטן, רעדט װעגן תבלית פון מענטש אויף דער װעלט און חשבון װאם ער איז עתיד אפצוגעבן אויף יענער װעלט׳ ביז ער קומט צו קאנקרעט צום ענין. ם׳טײטש — האט ער זיך צעשריגן אין פאטאם — װי קומט צו אזעלכע פײנע באלע־ באטים׳ יראי שמים׳ אזא אפיקורסישע ױגנט. א שרפה פאנע־ װעט אױ שטעטל און דעריבער דארף עפעם געטאן װערן כדי צו ראטעװען די ױגנט פון די אפיקורםישע הענט׳ װאס פארםמען זײערע מוחות מיט צױגיזם... מיט זײן פאטאס און כוח הדיבור האט דער רב מיטגעריםן דעם גאגצן עולם. ם׳איז געװען קלאר, אז זיץ ציל איז דערגרײכט. די םרומע עלטערן רועלן נאך אזא מוםר־דרשה אגטאן זײערע קינדער גרויסע צרות פאר זײער צױניזם. די אנװעזענדיקע צױגיסטישע עםקנים האבן פארשטאנען׳ אז עס איז שוין די העכםטע צײט צי רעאגירן.

passage_e063a55adebc7fb925bc7cad
Passage 3normalized OCR · source chars 2005-2687

די אויפגאבע איז געפאלן אויף חײם אביגדור דיאמענט. ער האט זיך קוים אדורכגעשטופט דורכן עולם און זיך צוגערוקט צום בעלעמער — פנים אל פגים מימן רב אויס־ שטרעקנדיק צו אים א ברײטן ״שלום עליכם״. א ײד גיט ״שלום עליכם״, איז דער דרשן־גאסט זיכער געװען אז יענער קען אים אװדאי. מיט זיץ אויםזען האט הײם אביגדור געמאכט דעם אײנדרוק פון א חשוב אין שטעטל׳ עלעהײ א דאקטאר. חײם אביגדור האט גלײך באקומען לשון און ארוים מיט אפענע דיבורים : געדענקט איר רב׳ װי מיר האבן זיך באגעגנט אין לאדזשער פוילישן טעאטער׳ װי מיר זענען געזסן אין איץ רײ אץ איר האט זיך געהאלטן אין איץ קװיקן מיט דעם שפילן פון דער פוילישער אקטריםע׳ טענהדיק אז זי איז אײערם א פערזענלעכע פרײנדין ? — הײנט װי קומט עם איר זאלט אונדז זאגן מוסר ?

passage_9563de357e7395909684425c
Passage 4normalized OCR · source chars 2689-3857

די דאזיקע װערטער זענען געפאלן װי א באמבע. ס׳איז געװארן א טומל : א רב אין טעאטער׳ װי איז דאס געמאלט ? אנדערע האבן גלײך באשלאסן, אז נישט אנדערש נאר די צױניםטן האבן דא אויםגעטראכט א מיאוסן בלבול אויף א רב. הענעך טײטלבוים און מענדל װײנמאן האבן זיך גלײך צעשריגן טײטלבוים מיט די פיגגער אויף די צױניםטן: ״פושעים״. דער פשוטער עולם איז אבער זיכער געװען׳ אז עפעס װאס איז באשטימט אמת. װארעם — װאס־װאס מ׳קען אלץ זאגן אויף צױניסטן: זײ גאלן די בערד׳ דאװענען נישמ: נאר אזא זײדענער ײנגערמאנטשיק װי חײם־אביגדור זאל זאגן א מענטש און דערצו א רב אזא ליגן אין די אויגן - דאם איז נישט מעגלעך. ״ער איז טאקע א צױניםט אבער נישט קיץ הפקר־ײנג•״ — האבן ײדן געזאגט. ״איר זענט נישט בעםער װי די צױגיסטישע פושעים !״ — האט זיך געהערט די בײזע שטים פון ר׳ משה ראפאפארט׳ א ײד מיט א צעפאטלטער געלער בארד׳ װאם האט געװאלט איבערצײגן דעם עולם׳ אז דאם איז א בלבול אויף א רב. כדי אויסצומײדן א חילול הקודש האט דער עולם ביס־ לעכװײז זיך ארױסגערוקט פון בית המדרש און די ״מלחמה״ אריבערגעפירט אין גאם. א גאנצע נאכט זענען געשטאנען רעדלעך ײדן און הײס דעבאטירט ביז די צױניסטן האבן באשלאסן ״אויפצודעקן די קארטן״. ״בכדי גישט צו דערלאזן באשמוצן צױניסטישע הײליק־ טימער זענען אלע מיטלען פשר ד — האט אויםגערוסן ײדל פײנגאלד.

passage_3a3c55673690c2fb727142d8