Original scan
Original memorial-book scan 321
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-905

633 מרדכי בן־נרוך — !יוניםסישער סארטײ־קאמף 634 ״דרך ארץ זאלט איר האבן פארן צױניזם מיט זיין שאפער ד״־ר הערצלן — האט געדונערט חיים אביגדור מיט זיין קול — אדאנק דעם צױניזם װעלן מיר אויםגעלייזט װערן םון גלות און ם׳װעט קומען די גאולה שלימה פארן ײדישן םאלק !״ רעליגעזע ײדן האבן דעם פאל נישט געקענט מוחל־זײן די צױניםטן. אין רעזולטאט איז געגרינדעט געװארן א רעליגיעזע פארטײ ״שלומי אמוני ישראל״. די צױניםטן אין שטעטל זענען אבער נישט נתפעל געװארן און דעם קאמף געפירט אן אויפהער אויף אלע פראנטן, אויך קעגן דעם םרומען לאגער• אױף שװערדן און באגנעטן... הלמאי זאלן מיר לײקענען : אויד אינערהאלב דער צױניס־ טישער מחנה האבן נישט געפעלט קײן ארומרײםענישן• צױניםטישע פארטײען האבן געקעמפט פאר השפעה און העגאמאניע אין שטעטל. דער קאמף האט זיך אנגעהויבן שיין אין די ערשטע יארן פון געזעלשאפטלעך־פאליטישן לעבן אין די ערשטע צװאנציקער יארן. אין יענע טעג האט זיך פונאנדערגעפלאקערט א שטארקער קאמף צװישן די צעירי צױן און פועלי צױן.

passage_355f547fd0053d520b762d4a
Passage 2normalized OCR · source chars 907-1577

אין אײנעם א טאג האבן אפישן אנגעזאגט װעגן אנקים פיי א רעדנער פון צעירי־צױן, א שליח פון צ. ק. אין װארשע׳ ח׳ קאלטון. צום דאזיקן רעפעראט אויף דער טעמע ״א גרום פון ארבעטנדיקן א״י״, זענען געקומען לינקע און רעכטע׳ ױגנט און דערװאקסענע און אויך א היבש ביםל ױגנטלעבע זעלנער אין מונדירן, זעלנער װאס זײנען גראד געקומען אויף אורלויב אהײם אויף סוכות. אין זאל פון די םײערלעשער האט קײן שפילקע נישט געקענט ארײן — אזוי פול און איבערפולט איז ער געװען מיט כמיעלניקער עולם פון אלע שאטירונגען. דער פארזיצער משה מענדראװםקי עפנט מיט א קלונג. ער שטעלט פאר דעם רעדנער־גאםט און מעלדעמ פארוים, אז אפאנענטן װעלן באקומען דאם װארט נאבן רעדנער, אבי דער עולם זאל זיך האלטן רואיק און אויםהעח ביזן סיף.

passage_2e0b27fe329f06b67da38222
Passage 3normalized OCR · source chars 1579-2758

אבער א נעכטיקער טאג — קעגנער האבן זיך נישט געקענט באהערשן און באלד האבן זיך געהערט צװישנרופן. פועלי צױן האבן זיך אנגענומען פאר אראבישע ארבעטער, אנדערע האבן םתם געשריגן — אבי צו מאכן א טומל. דער פארזיצער פאדערט אויף די שטערערס צו פארלאזן דעם זאל׳ און װען דאס העלפט נישט פרװוט מען ױי מיט כוח באזײטיקן — אזוי אז ביםלעכװיױ איז דער זאל געװארן א ״שלאכטפעלד״. חברים פון צעירי ציון האבן קודם־כל געשאפן א װאך ארום גאסט. מ׳זאל אים קיץ שלעכטם נישט טאן. דער טומל איז געװאקםן ביז די חברים זעלנער האבן גענומען מאכן ארדע־ נונג. די מעשה איז אבער געװען װאס אויך דער צד שכנגד האט געהאט זײנע זעלנער, װאם האבן זיך געשטעלט אין קאמף. אז רײד האט מער נישט געהאלפן האבן די סאלדאמן זיך געבאפט צו די שװערדן און באגנעטן. פאר מײנע אויגן שטײט עד היום דאם בילד װי יונה מידלאזש פון פ. צ. און שמחה׳לע װיגאדני פון צ. צ., צװײ חברים װאם האבן דאכט זיך געדינט אפילו אין אײן פולק, האבן זיך געשטעלט אײנער קעגן דעם צװײטן מיט אויםגעשטרעקטע שװערדן, גרײט זײ צו לאזן אין גאנג. אזוי ביז װאנען שמחה׳לע האט זיך אנגע־ רופן : ״ױנד״ דו װילםט פארגיםן ײדיש בלוט ?״ ערשט דא האבן די צוױי ארײגגענומען די שװערדן צוריק אין די שײטלען ארײן. די קריגערײען זענען אבער פארגע־ זעצט געװארן ביז װאנען ם׳איז אנגעקומען פאליצײ ארן צעטריבן דעם עולם.

passage_38835429eb8330bcf479aef5
Passage 4normalized OCR · source chars 2760-3062

די פועלי צױן זענען געװען צופרידן מיטן ״זיג״. די צעירי צױן האבן אבער געטענהט, אז זײ װעלן װײזן די פ. צ., אז צעירי ציון זעגען מער נישט קיץ באלעבאטישע זינדעלעד און זענען מוכן ומזומן צום קאמף, און װען זײער חבר בוקםבוים װעט קומען אויף א רעפעראט, װעט ער האבן דעם זעלביקן סוף װי דער דעלעגאט פון די צעירי צױן...

passage_8a0791705b0fd07636404861