Original scan
Original memorial-book scan 322
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1023

פרץ פאםטערנאק / אגודת ישראל (וזל־אביב) אין יאר 1925 איז געקומען קײן כמיעלניק אליעזר גרשון פרידענזאן, דער דעלעגירטער פירער פון ״אגודת ישראל״ און שעפער פון רעליגיעזן דערציאונגם־װעזן אין פוילן. אין בית המדרש איז פארגעקומען דער פארטראג, װעלכער איז טײלװײז געשטערט געװארן דורך צױניםטישע עסקנים• אין זעלבן אװנט האבן זיך פארזאמלט מיטן אנטײל פון דעלעגאט א גרופע םימפאטיקערס פון אגודת ישראל, צװישן זײ : אברהם פיש, מענדל עמנואלס, ױסף דזשאלאװסקי, משה פאסטערנאק דוד ױסף זילבערבערג און נאך אנדערע, און געשאפן דעם ערשטן סניף פון .אגודת ישראל״ אין כמיעלניק. דאם איז פארגעקומען אין דער װוינונג פון עמנואל פלוטשענניק, מיטן אנטײל פון פיל חסידישע ױנגעלײט פון גערער הויך• פון דער צײט אן האט אנגעהויבן װאקסן די באװעגונג. די רעליגיעזע ױנגעלײט האבן ארויסגעװיזן גרויס אקטױויטעט צעירי אגודת ישראל זיצן פון רענטם : משה לעװענשטײן, ירחמיאל װלאך. שט״ען פון רעכטס : בערל זילבערבערג, חנוך לוקאװיעץ. ױאל זילבערבערג גרויםער למדן און עסקן פון אגודת ישראל בײ די װאלן צום פוילישן סײם בעת עס איז געפירט געװארן א שטארקער װאל־קאמף צװישן ״אגודה״ און צױגים.

passage_839bd984042c891bcb1d246a
Passage 2normalized OCR · source chars 1025-2010

אין א יאר שפעטער׳ בערך 1926—1927, װען עם האט זיך אנגעהויבן ארגאנױירן די רעליגיעזע טעכטער־שולע ״בית־ יעקב״ איז אראפגעקומען קײן כמיעלניק די באװוסטע רעלי־ גיעזע בית־יעקב־פירערין, שרה שענירער, און האט אפגע־ האלטן א גרויסן מיטינג אין פײערלעשער־זאל׳ װעלכער איז געװען געפאקט פון פרויען. דער מיטינג און דער רעפעראט, װאם זײן אינהאלט איז געװען די נויטװענדיקײט צו דערציען ײדישע טעכטער אין רעליגיעזן גײסט, האבן ארויסגערופן גרויס באגײםטערונג און עם איז געשאפן געװארן די ״בית־ יעקב״־שול, אין װעלכער עם זענען דערצויגן געװארן הונ־ דערטער כמיעלגיקער רעליגיעזע טעכטער ביזן אויםברוך פון צװײטן װעלט־קריג. די ערשטע לערערין װאס איז געשיקט געװארן פון קרא־ קעװער בית יעקב־םעמינאר איז געװעזן פרוי בערלינער. שפעטער זענען אויך געשאפן געװארן אנדערע אפצװײגוגגען םון אגודת ישראל: ״צעירי אגודת ישראל״ איז געגרינדעט געװארן דורך די בית המדרש־בחורים : לײבל זילבערבערג, קלמן בזשיסקע, ױאל זילבערבערג, בינעם העלער, ישראל יצחק העלער, יעקב מאנצאזש, גרשון אורגשטײן, אברהמ׳ל זאנשײן׳ אברהם גערטנער, משה גאלדװאםער און פרץ פאם־

passage_6641f591da7f18e3bd5b6a5c