Original scan
Original memorial-book scan 323
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1140

637 סרץ פאסטערנאק — אגרדת ישראל 638 טערנאק• די צעירי אגודת ישראל זענען אלע געװען בית־ימדרש־לערנער פון דף ױמי. א טײל פון זײ האט אויד געלערנט אין גרויםע ישיבות פון פוילן. קלנלן בזשיסקע, יאסל שמש׳ס זון האט געענדיקט די ישיבת חכמי לובלין און האט באקומען היתר הוראה. שפעטער איז אין דער שטאט אויך געשאפן געװארן די נאװאר־ דיקער מוסר־ישיבה, ״בית ױםף״ און צום סוף די לױבאװי־ טשער ישיבה, או׳־ף דער אינציאטיװ פון ױסף, ױחנן שוחט׳ס אײדעם, און אברהמ׳ל זאנשײן און אונטער זײער לײטונג. אויך ״בנות אגודת ישראל״ האט געפירט .א טעטיקײט צװישן רעליגיעזע פרויען. זײערע אקטױוע טוערינס זענען געװעזן־ קרײנדל שאר, רבקה העלער, רהציע פאסטערנאק. די בית יעקב־שולע האט פון צײט צו צײט געמאכט פארשטעלונגען אין שטאט־זאל. איינע פון די אימפאזאנטע פארשטעלונגען ״יהודית״, װעלכע איז אױםגעפירט געװארן מיטן אנטײל פון פיל בית־יעקב־שילערינס, האט געמאכט א גרויםן רושם אין שטאט. בדרך כלל איז די ״בית יעקב״־שולע אין כמיעלניק געװעזן אנערקענט אויך בײ נישט רעליגיעזע קרײזן. םיל נישט־רעליגיעזע עלטערן האבן זײערע קינדער געשיקט לערנען אין ״בית יעקב״. מיט דער איניציאטױו פון ״אגודה״־פירער איז אויך געשאפן געװארן די ״באנק קרעדיטאװי״, מיט װעלכער עס האבן געלײטעט : אברהם פיש און ױסף דזשאלאװסקי.

passage_a733cea4166207824c1fe087
Passage 2normalized OCR · source chars 1142-1359

זײער פיל איז פארשפרײט געװארן די ארטאדאקםישע פרעסע ״דער ױד״, שפעטער ״דאם ײדישע טאגבלאט״, און דער װעלט־ארגאן פון אגודת ישראל ״דרכנו״. ״בנות אגודת ישראל״ אין כמיעלניק, אין יאר תרצ״ג —1933 אין צענטער — די לערערין בזשיםקי

passage_f89a1c3f8f3011d65a8f0674