ד״ר ױםף קערמיש / כמיעלניקער ײדו אונטערן נ8צײרעזשים (ירושלים) ארײנפיר
דער דאזיקער געשיכטלעכער איבערבליק װעגן כמיעלניקער ײדן בעת דער היטלער־אקופאציע באזירט בעיקר אויף זכרונות און גבײת־עדות־מאטעריאלן. אלע אונזערע באמי־ אונגען צו באקומען דאקומענטארע מקורות׳ דאקומענטן געשריבן אין טאג פון די געשעענישן, דאקומענטן פון ײדישער אפשטאמונג װי אוין־ דײטשע און פוילישע אקטן׳ זענען גע־ בליבן אן דערפאלג׳ װײל די קהלה און ױדנראט־דאקומעגטן׳ װי אויך די אקטן פון די ארטיקע מאכט־ארגאנען (פון דער דײטשער זשאנדארמעריע׳ פון מאגיסטראט אא״וו), זענען פארברענט געװארן דורך די דײטשן פאר זײער אפטרעטן פון ׳כמיעלניקער געגנט. פארשטײט זיך׳ אז די דײטשן האבן באװוםטזיגיק פארניכטעט אלע דאקומענטן פון די מאכט־ ארגאנען׳ בכדי זײ זאלן נישט קאנען דינען װי א באשולדי־ קונג־מאטעריאל קעגן זײערע פארברעכער• מען דארף װײטער נעמען אין באטראכט׳ אז דער דײטשער עקסטערמינאציע־ סיםטעם איז נישט אויםן געװען בלויז די פיזישע אויסראטונג פון ײדן׳ גאר אויך די פארניכטונג פון זײערע קולטור־אוצרות. אזוי ארום האט דער ױדנראט װי אויך אנדערע ײדישע אינ־ םטיטוציעס׳ װאם האבן אנטװיקלט א געװיםע טעטיקײט בעת די אקופאציע־יארן׳ איבערגעלאזן נאך זיך װײניק שפורן׳ אינעם זין פון ניצול־געבליבענע דאקומענטן. די דאזיקע בלויזן מוזן פארפולט װערן דורך דאקומענטן׳ װאס שטיצן זיך אויף דעם מענטשלעכן זכרון. א גרויסן באטײט האבן דעריבער פאר אונז די גבײת־עדות׳ װאם זענען אפגעגעבן געװארן דורך די לעבנגעבליבענע כמיעלניקער עדי־ראיה פון די היטלערים־ טישע פארברעכנס פאר דער צענטראלער ײדישער היםטארי־ שער קאמיםיע אין מיגכן תיכף נאך דער מלחמה. די דאזיקע גבײת־עדות געפינען זיך הײנט אין דעם יד־ושם־ארכיװ׳ אין ירושלים׳ און װערן פארעפנטלעכט אויף די וױיטערדיקע שפאלטן פון דעם בוך. א װיכטיקן מקורותדיקן באטײט האבן
אויך די מאטעריאלן׳ — צענדליקער פארפראטאקאלירטע גבײת עדות און זכרונות׳ — װאס זענען צונויפגעזאמלט געװארן דורך דער ענערגישער פארװאלטונג פון דעם אירגון ױצאי כמיעלניק. זײער װאגיק איז די אמטלעכע רעלאציע װעגן דער פארגיכטונג פון דער ײדישער קהילה אין כמיעלניק׳ װאס איז צוזאמענגעשטעלט געװארן דורך דעם כמיעלגיקער שטאטישן נאציאנאל־ראט. די באגלויבטע עדות׳ װאם האבן איבערגעלעבט די טראגישע צײט אין געטא׳ קאנצענטראציע־לאגער׳ אדער אויף דער ארישער זײט׳ האבן געגעבן מיט זײער איבערלעבוגג און זײערע ידיעות .א גרויםן צושטײער צו רעקאנסטרואירן די געשיכטע פון די געשעענישן און צוריק פארפיקםירן װיכטיקע פאקטן פון א היסטארישן באדײט.
מיר גיבן זיך אפ א רעכנשאפט פון די בלויזן אין אונדזער ארבעט׳ װאם זענען א פועל ױצא פון מאנגל אין מקורותדיקע אקטן׳ װאס שטעלן מיט זיך פאר אן ערשטקלאםיקן דאקומענ־ טארן מאטעריאל צו דער רעקאנסטרוקציע פונם לעבן אין געטא׳ פון דער ארגאניזאציאנעלער םטרוקטור פון ױדנראט׳ פון די באציאונגען פון ױדנראט מיט דער דײטשער מאכט אין פארשידענע פעריאדן. נישט מעגלעך װײטער צוליב דער דאזיקער םיבה אפצושטעלן זיך ברײטער איבער די אײנצל־ הײטן װעגן די אינטערװענצן פון ױדנראט בײ דער דײטשער מאכט מכוח אפשטעלן גזירות קעגן דער ײדישער באפעלקע־ רונג׳ װעגן די באציאונגען װאם האבן געהערשט צװישן ױדנראט און הילפס־קאמיטעט׳ װעגן די פאלן פון קעגנשטעלן זיך מצד די ײדן די פארארדענונגען פון דער דײטשער מאכט, װעגן די ענדערונגען׳ װאס זענען פארגעקומען אין באשטאנד פון ױדנראט׳ װעגן די מײנונגען בײ דער ײדישער באפעלקע־ רונג װעגן ױדנראט׳ ײדישער פאליצײ און זײערע באזונדערע מיטגלידער. אן דעם דערמאנטן מאטעריאל איז אונדז אויך נישט מעגלעך געװען צו געבן א בולט און אלזײטיק בילד פון פאקטישן מצב אין געטא און זײנע םאציאלע פארהעלטענישן. פון דער צװײטער זײט שטעלן מיט זיך פאר די מאטעריאלן׳ װאס מיר האבן געהאט אין אונדזער האנט׳ בפרט יענע מעמו־ ארן און גבײת עדות׳ אין װעלכע דער זכרון פון עדות האט אײנגעהאלטן געטרײ א םך פרטים; א װיכטיקער קװאל בײם אפמערקן די יחידים־איבערלעבונגען פון שטימוגגען און גע־ פילן פון דער היטלער־צײט. זײ פארעגטפערן אזעלכע פראגן׳ װי די באציאונג פון אקופאנט צום ײד נישט אין ליכט פון דער פארארדענוגג־שפראך׳ נאר אין זײן פאקטישן פארלויף• די דאזיקע מאטעריאלן בילדן װײטער א װיכטיקן צושטײער בײם פעסטשטעלן דעם פראצעס פון פארניכטונג און פון פארהאלטן זיך פון יחידים׳ גרופן און מאסע׳ װי אויך בײם
קאנסטאטירן די װידערשטאנד־דערשײנונגען פון ײדן׳ בעיקר אין זײער פאסיװער פארם. אזױ ארום איז די דאזיקע ארבעט אײגנטלעך בלויז א פרוװ פון א היסטארישן איבערבליק׳ װאם פרעטענדירט נישט בכלל צו זיץ אויםשעפלעך. םאר אן ערנםטן בלויז פון אונזער ארבעט באטראכטן מיר דעם מאנגל אין גבײת־עדות־מאטעריאלן פון פאליאקן׳ די עדי־ראיה פון די טראגישע געשעענישן. מיר װעלן אויםדריקן די האפענונג׳ אז עם װעט נאך קומען אז