6$$ פנקס גמיעלניק 656 מלך מענדראװסקי מיט זײן ױנגל בײ דער ארבעט אויפן שאסײ דער דײטש הײסט לאכן און ער פאמאגראפירט. אנשטרענגונג צונויפצוזאמלען אויפן ארט די אלע מאטעריאלן׳ װאס זענען נאך מעגלעך צו באקומען׳ און ארויסגעבן אן אויסשעפלעכע מאנאגראפיע געװידמעט בלויז די אומקום־יארן פדן דער כמיעלניקער קהלה׳ הגם מיר גיבן זיך אפ א רעכנשאפט דערפון׳ אז דער אדער יענער פרט װעט נאך לאנג אדער אויף אײביק בלײבן נישט אויפגעקלערט. 1. דיערשטעיארן שוין דינסטיק דעם 5־טן סעפטעמבער 1939, אין פינפטן טאג נאכן אויסברוך פון דער מלחמה, האבן די דײטשן פאר־ נומען כמיעלניק. זײער אנקומען האבן מבשר געװען די פליטים פון אנדערע שטעט און שטעטלעך, װאס זענען אנגעלאפן יעדן טאג קײן כמיעלניק אין די הונדערטער און טויזנטער, אנטלויפנדיק פון שונא׳ װאס האט כמעט יעדע שעה דעראבערט גײע מקומות. אזוי ארום האט זיך די צאל פון דער ײדישער באפעלקערונג אין כמיעלניק׳ װאם האט געצײלט פארן אײס־ ברוך פון דער מלחמה 10275 אײנװוינער (80% פון דער אלגעמײנער באפעלקערונג), באלד באדײטנדיק פארגרעסערט. פון דער צוױיטער זײט׳ זענען אין דער נאכט פארן ארײנקומען פון די דײטשן טויזנטער כמיעלניקער ײדן׳ בעיקר געזונטערע אץ ימגערע מענטשן׳ אנטלאפן צוזאמען מיט מחנות פאליאקן קיץ מזרח׳ אין דער ריכטונג ראװגע־לװאװ.
אין לװאװ האבן זיך געטראפן םיל כמיעלניקער, דעמאבילי־ זירטע םץ דער פוילישער ארמײ׳ װי אויך אנדערע פליטיס• א טײל פון זײ איז אװעק קײן רוסלאנד (א גרופע פון 40—30 מאן איז אװעק קײן קאװקאז). א טײל אנטלאפענע פון כמיעלניק האבן זיך געלאזט מיטן ברויזנדיקן פליטים־שטראם אויף יענער זײט וױיםל׳ װו — װי מען האט פארזיכערט — די פוילישע ארמײ שטעלט אן העפ־ טיקן װידערשטאנד׳ אבער ,״ױוהין מ׳איז געקומען האט זיך ארויסגעשטעלט׳ אז די דײטשן האבן דאס ארט שוין באזעצט״. נאכדעם׳ װי די דײטשן האבן פארםירט די װײסל, האט שוין דאם װײטערדיקע לויפן קײן שום זין נישט געהאט און עם האט זיך אנגעהויבן פאר די מחנות פליטים דער װעג צוריק — איבער זײטיקע פעלד־װעגן און װעלדער — פון װאנען מען איז געקומען1).
תיכף נאכן ארײנקומען פון די דײטשן קײן כמיעלניק איז געפאלן דער ערשטער ײדישער קרבן צוליב דער וױיטערדיקער םיבה. װען די פוילישע פאליצײ האט פארלאזט די שטאט — פארן אנקומעז פון שונא — האט זיך געהאט ארגאניזירט א בירגערלעכע מיליץ מיט דער באטײליקונג פון ײדן• מצד דער ײדישער באפעלקערונג האבן אין איר אנטײל גענומען משה ױםף שפערלינג, װאלף מאשקאװיטש׳ קלײן, קאזאק און אנדערע• די דײטשע פאטראלן׳ ארײנקומענדיק אין שטאט האבן באמערקט די ײדישע מיליציאנטן ; א דײטשישער טאנק האט גלײך געעפנט א פײער פון מאשין־געװער אויפן ײדישן מילי־ ציאנט מאשקאװיטש׳ װאם האט מיטן וױיסן באנד אויפן ארעם געהאלטן שמירה אויף דער פינטשעװער גאם׳ און אים צעריםן ממש אויף שטיקער. נאך דעם דאזיקן פאל האבן זיך די כמיעל־ גיקער ײדן באהאלטן. די דײטשן האבן אויך ארײנגעשאסן אין סאד פון משה יהושע (פארן דאזיקן הויז זענען באמערקט געװארן ײדישע פאטראלירנדיקע מיליציאנטן) און דערמארדעט ידידיה מארגולים2). אין אװנט איז אגגעקומען פיל דײטשיש מיליטער׳ װאס האט 1941 — אין געטא מיט די מגן־דוד׳ם אויף די ארעמם. סון רעכמס : חנה קלײמאן, גוטשן ילוטשענגיק, יאלא כלאגק.