657 ד״ר ױסף קערמיש — כמיעלניקער ײדן אונטערן נאצי־רעזשים 658
זיד פארשפרײט אין לער גאנצער שטאט• שטאטישע שקצים האבן צוזאמען מיט די דײטשן אגגעהויבן גלײך זוכן די פאר־ מלחמהדיקע קהילה־עסקנים. אין דער זעלבער נאבט זענען םארהאלטן געװארן אין גרויסן בית־המדרש : דער ראקאװער רב ר׳ אליעזר עפשטיץ, דער כענטשינער רבי מיט זיץ אײדעם. װעלכער האט זיד צופעליק געפינען בײם ראקאװער רב׳ בערל שמש (טראמבעצקי)׳ שמואל אליהו וױיל׳ ױאל אונגער׳ דער ראש הקהל שבתיל ביאלאגורםקי׳ חײם נתן גאלדשטיץ׳ הערשל גאלדשטיץ׳ אברהם טאפלאװיטש׳ לײבל םילמאן װי אויך דער שטאטישער גלח םוידע און אנדערע׳ צוזאמען בעיד א 30 ײדן. די דײטשע װאנדאלן האבן אויפגעצװונגען דעם גלח און נאך אנדערע קריסטן פון שטאט א דיסקוםיע אויף דער טעמע ״טוב שבגוײם רצוץ את מוחו״• נאד דער דיסקוסיע זענען באפרײט געװארן דער גלח און די קריםטן. די ײדן האט מען געצװונגען צו זינגען און זאגן תהילים. גלײכצײטיק האבן די דײטשן באגאסן מיט בענזין דאם בית המדרש און עם אונטערגעצונדן 4 א זײגער פארטאג׳ צוזאמען מיט די זײטיקע בנינים: ארויסלויפנדיק דורך די פענצטער פון ברענענדיקן בית המדרש זענען דערשאםן געװארן בערל שמש (טראמבעצקי), ױאל אונגער און שמואל אליהו װײל. דעם ראש הקהל׳ װאס איז בלויז פארװונדעט געװארן׳ איז געלונגען ארויסצוראטע־ װען זיך פון דער שריפה׳ די איבעריקע זענען אומגעקומען אין פלאמען. צענדליקער םפרי תורה זענען פארברענט געװארן.
אין דער זעלבער צײט האבן די דײטשן ארײנגעװארפן א גראנאט אין הײזל בײם בית הקברות און געהרגעט דעם קברנס װײב מיט 2 קינדער. אין דער דאזיקער נאכט איז אויך דערשאסן געװארן די פרוי רידעלניק׳ װעלכע האט צופעליק ארויסגעקוקט פון פעגצטער בעת דאס דײטשישע מיליטער האט מארשירט אויפן װעג קיץ בוםק3). נאך די דאזיקע געשעענישן האט מען נאך די זעלביקע װאד גערופן אין שול פיל ײדן און א דײטשישער אפיציר האט גערעדט װעגן צוריקשטעלן די ארדענונג אין שטאט. צװישן די פארזאמלטע אין שול האט זיך געפינען אברהם לאנגװאלד׳ װאם איז נאמינירט געװארן אלס .ױדנעלטעםטע״. דער דײטשי־ שער אפיציר האט אים גלײד באפוילן צו שאפן דעם ױדנראט. לאנגװאלד האט זיך געװאנדן צו די פארמלחמהדיקע קהילה־ לײט זײ זאלן שאפן דעם ױדנראט׳ אבער כמעט אלע האבן זיך אפגעזאגט; עם האבן אויך נישט געװאלט אנטײלנעמען אין ױדנראט די פארטײאישע עסקנים. בלויז געצײלטע מענטשן האבן זיד אפגערוםן אויפן באפעל פון לאנגװאלד און אזוי ארום איז אין דער אנװעזנהײט פון באפולמעכטיקטן פון דער דײטשישער מאכט׳ א ס.ם.־מאן, געשאםן געװארן דער יודנ־ ראט. עס איז גאיד געשאפן ^עױארן אין ױדנראט דער ארבעטס־אפטײל׳ בראש פון װעלכן עס זענען געשטאנען דוד זאלצםאן אץ אפרים זאלצבערג. מיט דער צײט האט לאגג־ װאלד אויפן סארלאנג סון א גרויסן טײל פון ױדנראט־מיטגלי־
דער׳ װי אויד פון הילפם־קאמיטעט רעזיגנירט לטובת שמואל זאלצמאן׳ װעלכער איז געװארן פרעזעם פון ױדנראטי). די ערשטע אויפגאבע פון נײ־געשאפענעם ױדנראט איז געװען צוצושטעלן די דײטשן א רשימה פון דער ײדישער באפעלקערונג און איר אומבאװעגלעך פארמעגן. י׳יכח נאכן שאפן פון ױדנראט האבן די דײטשן אויך ארויפ געלײגט אויף דער ײדישער באפעלקערונג די ערשטע קאנטרי־ בוציע׳ אין סכום פון 150 טויזנט זלאטעס׳ װעלכע די כמיעל־ ניקער ײדן האבן געמוזט באצאלן אין משך פון 48 שעה5). נאכן אײנצאלן די ערשטע קאנטריבוציע זענען געקומען פאדערונגען אויף װײטערדיקע קאנטריבוציעס (די צוױימע קאנטריבוציע האט באטראפן 100.000 זלאטעס). די הויפט־ לאםט פון די קאנטריבוציעם זענען בעיקר געפאלן איױי די פלײצעס פון די ארעמע שיכטן6). די ײדן זענען באלד נאבן ארײנקומען פון די דײטשן באזײ־ טיקט געװארן פון אלע װיכטיקערע געזעלשאפטלעכע פאזי־ ציעס. אזוי האט א פאלקס־דײטש פון פאמערן פארנומען דעם פאםטן אלס שטאט־דאקטאר אויפן ארט פון ד״ר נתן באלא־ נאװםקי. דער ײדישער דאקטאר האט זיך געפרװוט אקעגנ־ שטעלן׳ אבער דאס האט אים נישט געהאלפן : ער איז געװארן ארעםטירט און אװעקגעשיקט אין בוסקער תפיםה ; זײן דירה און לאבאראטאריע האט פארנומען דער פרעמדער דאקטער.
דער דרוק פון אנטי־ײדישע געזעצן איז געװאקםן פון טאג צו טאג. ײדן האבן געמעגט גײן אין גאס ביז 6 אזײגער אװנט. אין א געװיםן טאג זענען אויסגעקלעפט געװארן פלאקאטן מיט דער פארארדענונג װעגן א באזונדערן פארקער פאר פון רעכטם : ױםל גוזע און װעלװל פרײדמאן אין געםא׳ 1942, מיט אנ׳םבלױזטע קעפ׳ צןליבן פארכײגײן םון א נאצי.