659 פנקם כמיעלניק 660 אין געטא 1942 פארן גירוש פון רעכשס צו לינקס : אלתר װײנבערגם א ױנגל׳ מענדל בוגײםקי, שלמה זאנשײן, דודל ערנרײך (פינטשעװער)/ דער כמיעלניקער רב הרב אליעזר־יהושע הלוי עפשטײן׳ װעלװל מאיר אלאזש. יידן און היבט<!), און א באזונדערן — פאר פאלאקן. אין מארק און אויף די 2 הױפט־גאסן האבן ײדן בכלל נישט געטארט גײן. אלע פענצטער פון די ײדישע הײזער פון מארק האט מען געמוזט פארשמירן מיט זוײסער פארב׳ כדי די ײדן זאלן נישט זען װאס עס טוט זיד אויפן מארק• יעדן טאג זענען פארגעקומען רעװיזיעם און רויבערײען פון ײדישן פארמעגן. שוין אין די ערשטע טעג נאך זײער ארײנקומען האבן די דײטשן אויפגעריסן ײדישע געשעפטן און ארויםגעװארפן די םחורות׳ װעלכע די פאלאקן האבן צוגע־ רויבט. די טאג־טעגלעכע צװאנגם־ארבעטן מיט די קערפערלעכע און זעלישע פײניקונגען און דערנידערונגען זענען געװארן װאס א מאל אלץ שװערער. דער ארבעטם־צװאנג איז געפאלן בעיקר צו לאםט אויף דער ארעמקײט ; די פארמעגלעכע האבן זיד אויםגעקויםט םון דער דאזיקער לאםט. די ערשטע צװאנגם־ ארבעטן זענען געװען בײם נישט פארעגדיקטן בנײן פון דער סאלקם־שול ,װעלכע מען האט אנגעהויבן בויען נאך פאר דער מלחמה (נישט וױיט םון םםח קלײנהענדלערס הויז נעבן דער קאלײקע). גאך דער ארבעט האט מען געמוזט מאדשירן און זיגגען•
טאג־טעגלעך זענען אװעקגעסירט געזץארן קײן בוהק הונדערטער ײדן צו די שמוציקסטע און שװערםטע ארבעטן, בײ װעלכע זײ האבן געהאט אויסצושטײן שוידערלעכע חרפות און גגישות. אין װינטער האבן ײדן פון פריען מארגן ביזן שפעטן אװנט גערײניקט די גאסן פון די מעטער־הויכע שנײען און געטאן די שװערסטע ארבעטן. זומער האבן זײ געמוזט האקן שטײנער אויף די שאםײען װי אויך גראבן שטײנער אין די שטײן־גרובן קאטשאראװ און בײ די בלאנקעם. עם האבן זיך אויך געשאפן ארויםפאר־לאגערן אויםער דער שטאט —איןפאדלענזע און װישנױװקע׳ װו מענער (פון 14 יאר אן !) האבן געארבעט בײם האקן שטײנער און מעליאראציע־ארבעטן ; געצאלט האט מען בסך־הכל פאר דער ארבעט 20 זל. א װאך. פרויען האבן געארבעט בײ גראבן טארף• אין פאדלענזע האבן סס4 ױגנט־ לעכע געארבעט אין שרעקלעכע באדינגונגען׳ שטײענדיק ביזן האלבן קערפער אין װאםער. לוייט דער פארארדענונג פון דער מאכט האט דער ױדנראט געמוזט צושטעלן מענטשן צו שװערער ארבעט קײן םלופיע. װאס אן אמת׳ זעגען א דאנק דער װירקזאמער אינטערװענץ פון לאדזשער פליט, מאניעק פאסטערנאק׳ װאס איז געװען דער פארבינדונגם־מאן צװישן ױדנראט און דער דײטשישער מאכט׳ א טײל כמיעלניקער צוריקגעקומען םון םלופיע,