Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 333
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-689

665 ד״ר ױסף קערמיש — כמיעלױקער ײדן אונטערן נאצי־רעזשים 666 גנבות• איז צוזאמענהאנג מיט דעמ האט דעמיםיאנירט דער פרעזעם פון ױדגראט אברהם לאנגװאלד ; אויף זײן ארט איז נאמינירט געװארן דער צױניסטישער עםקן שמואל זאלצ* מאףי). אבער דער נײער פרעזעם פון ױדנראט, װאם האט אויםגעפירט מיט גרוים מםירות נפש זײגע פונקציעם (באזוג־ דערם האט ער געמאכט באמיאונגען בײ דער מאכט לטובה די אםירים)׳ האט נישט נושא חן געװען בײ די דײטשן׳ װײל א געװיסע גאכט איז ער אין צוזאמענהאנג מיט דעם פאר־ שארפטן קורס לגבי דער ײדישער באפעלקערונג (ױני 1942) ארעסטירט געװארן דורך די ראדאמער געםטאפא־אגענטן און נאך מוראדיקע פײניקונגען דערשאסן געװארן. אויך דעד דריטער ױדנראט־פרעזעס לעאן קאראלניק פון קאטאװיץ האט געטײלט דעם זעלבן גורל.

passage_ed34625a481c6f65469e846c
Passage 2normalized OCR · source chars 691-1775

אין רעזולטאט פון שאפן אין אפריל 1941 — אין הםכם מיט דער פארארדענונג פון קרײזהויפטמאן פון בוםקער קרײז שאפער —דאס געטא אין כמיעלניק. האבן די ײדן געמוזט פארלאזן דעם צענטער פון שטאט און זיך באזעצן אין די שמאלע הינטערגעסלעך. מחוץ דעם געטא זענען געבליבן; די קעלצער גאם, דער גרויסער מארק, די טומאה־גאס און דער בוסקער װעג. די צענטראלע גאס פון געטא איז געװארן די שמאלע בעדנארסקע גאם. נאכן שאפן פון געטא האט זיך קײן ײד נישט געטארט מער װײזן אויפן שידלעװער װעג״ מיט װעלכן מען איז שטעגדיק געגאנגען אין שטאט ארײן. דער אײנציקער װעג׳ מיט װעלכן דער ײד האט זיך געמעגט באנוצן איז געװען די מעריצע. דער ױדנראט האט זיך דאן אריבער־ געטראגן פון לאנגװאלדס הויז אין הויז פון משה בוםקערז שפעטער איז ער ארײן אין בנײן פון מאגיםטראט, בעת דער מאגיםטראט האט זיך איבערגעטראגן אין לאנגװאא־ם הויז״). אין געטא איז די ענגשאפט געװארן אזוי גרוים, אי אין אײן שטיבל מיט א קוך האבן געװוינט 3 פאמיליעס. טראץ דעם האט די כמיעלניקער ײדישע באפעלקערונג וױיטער מקרב־ געװען די גולים און פליטים. גאנץ אפט האט געטראפן׳ א• דער בעל־הבית פון שטוב אדער זײנס א קינד האט אפגעטרעטן זײן בעט דעם פארטריבענעם און אלײן געלײגט זיך אויף דער ערד12).

passage_0aece7d6377314318b327808
Passage 3normalized OCR · source chars 1777-2539

דאס געשאפענע אין געטא שפיטאל און סאניטארער ר־נםט איז געװען קודם כל באשטימט פאר די טיפום־קראנקע. די טיפום־עפידעמיע, װאס איז אויםגעבראכן אין מאי 1941, װי אויך די דעזינטעריע זענען אבער געװען אזוי גרוים אז דאס שפיטאל האט נישט געהאט די מעגלעכקײט אויפצונעמען אלע קראנקע־־1). עם זענען טעגלעך געשטארבן 5—4 קרבנות פון דער טיפום־מגיפה14). מיט די לעצטע כוהיות האבן געפרוווט די כמיעלניקער ײדן ממשיך זיץ זײער ראנגלען זיך פארן לעבן, אפטמאל אן שום אויםזיכטן אויף װאם פארא גישט ענדערונג. מען האט זיד באמיט מיט פארשידענע מיטלען, בעיקר מיט דער ד׳ילד פיז שוחד צו װירקן אויף דעם פאקטישן אלײנהערשער פון געטא - די דײטשע זשאנדארמעריע, בכדי צו דערגרײכן בײ איר א געװיםע פארלײכטערונג אין אויםפירן די שװערע גזירות און פארארדענונגעףי). 2. פארניכטונג־״אקציעס״ און די ליקװידירונג פון געטא

passage_3b37171a13e58d780ec4a457
Passage 4normalized OCR · source chars 2541-3353

אין די זומער־חדשים 1942 זענען דערגאנגען קײן כמיעלניק ידיעות װעגן דער פארניכטונג־כװאליע, ״אקציעם״ און ״גירושים״ אין װארשע, ראדאם׳ קיעלץ׳ א.א.װ. די דאזיקע אינפארמאציעס האבן געשטאמט פון קריסטן, װאם האבן געשמוגלט קיין װארשע לעבנס־מיטלען• א לאנגע צייט האט די ארטיקע באפעלקערונג געלעבט אין אילוזיע, אז דאם װאס ס׳איז געשען אין יענע שטעט װעט זיך נישט אויך איבערחזרן אין כמיעלניק. דער בוסקער לאנדראט האט מיט דער גאגצער פערפידיע פארזיכערט אז די כמיעלניקער ײדן זענען ארבעטער און פראידוקטױוע ײדן׳ און עס דראט זײ נישט קײן שום שלעכטס. פונדעסטװעגן איז געמאכט געװארן אויפן ארט אן ערנסטער פרװו צו ארגאניזירן שאפן׳ גלויבנדיק, אז מיט דער הילף פון פאך־װארשטאטן װעט געלונגען לכל הפחות א טײל ײדן צו פארבלײבן אויפן ארט• דער דאזיקער פרװו האט זיך אבער נישט איינגעגעבן, הגם דער יודנראט האט געשאפן א ספעציעלן קאמיטעט צו ארגאניזירן די שאפן.

passage_7fea4f895f2b7a8bad9a7405
Passage 5normalized OCR · source chars 3355-4732

חול המועד םוכות תש״ג (דאנערשטיק, דעם 1 אקטאבעי־ 1942) איז ארויס די פארארדענונג, אז אלע ײנגע מענטשן פון 12 ביז 25 יאר דארפן זיך צושטעלן אין מארק־פלאץ פאר א דײטשישער קאמיםיע, װעלכע װעט באשטעטיקן זײער אהבעטם־פעאיקײט. אין באשטימטן טאג זענען אויף ,א ברו־ טאלן אופן און אונטער אן אקאמפאניאמענט פון קלעפ קװאלי־ פיצירט געװארן 1200 ױגנטלעכע צו צװאנגם־ארבעט אין דער אמוניציע־פאבריק אין םקארזשיסקא. גלײך נאכן פעםט־ שטעלן זײער פעאיקײט צו דער ארבעט זענען זײ אװעק־ געפירט געװארן אין לאגער. אזוי ארום זעגען צוגענומען געװארן מענער פון פרויען קינדער פון זײערע עלטערן. אין דער דאזיקער אקציע האבן זיך אויםגעטײלט 2 ײדישע אויכ־ ווורפן, ישעיהו פאסטאק און שיע ביעדרע, וואם האבן פיל ברוטאלער געשלאגן די ײדן װי די דייטשן. פיל פון די, װאס מען האט ארויםגעפירט קײן םקארזשיםק, (דער לאגער האט צו יענער צײט געצײלט א 750 מענער און פרויען), זענען אויפן װעג אנטלאפן און די דײטשן האבן זײ נאכגעשאסן. פיל האבן זיך באלד נישט צוגעשטעלט צו דער קאמיםיע, אויםקויפנדיק זיך מיט געלט און פראטעקציע. אבער פון דער זשאנדאר־ מעריע .אלײן זענען געקומען רמזים, אז גראד די דערװײל־ פארבליבענע ײדן זענען פארמשפט אויף אומקום, דאקעגן האבן די ארויםגעפירטע קײן םקארזשיסק שאנםן צו בלײבן לעבן. די דאזיקע פראגנאז האט באװויגן א םך מענטשן צו זובן מיטלען כדי ארײנצובאקומען זיך פאר שוחד אין םקאר־ זשיםקער לאגער אדער אין אן אנדער לאגער. 40 ײנגע מענער זענען ארויםגעשיקט געװארן קיץ קיעלץ אין דעד אמוניציע־פאבריק ״האםאג״ (אין דער געװעזענער פױלישער

passage_6a47e02319a23ab989478766