671 672 פ נ ק ם י מ י ע ל נ י ק די הענקערם האבן ארויסגעריסן פון די מוטערם ארעמם א־ז אבזרױתדיק דערמארדעט; 6 פרויען׳ דערונטער די םטודעג־ טין םון מעדיצין .אדלער װי אויך א קראנקן־שװעםטער׳ זענען באגאנגען אויפן פלאץ זעלבםטמארד. אין א געװיםן מאמענט איז אנגעקומען אויפן פלאץ דער לײטנאנט פון דער כמיעלניקער זשאנדארמעריע מיט א ליםטע פון בעלי־מלאכד״ װאם האבן געזאלט איבערבלײבן אין כמיעל־ ניק. די דאזיקע סעגרעגאציע האט געהאט זײער א דראמאמישן פארלויף און איז געװען א מין שטײן־פרוװ אין א מאמענט װאם האט אנטשײדט װעגן לעבן און טויט. פון אײן זײט זענען געװען אזעלכע, װאם האבן מפקיר געװען זײערע קיגדער׳ כדי צו קאנען פארבלײבן׳ פון דער צװײטער — האבן זיך מענטשן׳ און דװקא אזעלכע׳ װאם מען האט געװאלט איבערלאזן׳ אפגעזאגט צו פארבלײבן׳ נישט װעלגדיק זיך שײדן מיט זײערע נאענטע. בםך־הכל זענען אין רעזולטאט פון דער םעגרעגאציע פארבליבן 72 מענער׳ מערסטנם פאכמענער׳ שגײדערם• שוםטערס א.א.װ., װי אויך עטלעכע פרויען. פאר דער םעגרעגאציע איז אנגעקומען אויפן פלאץ א קאמפאניע אוקראינער׳ ליטװינער און לעטן (די ״שװארצע״ האט מען זײ גערופן), װאס האט געדארפט באגלײטן דעם טראנםפארט אויפן וועג קײן טרעבלינקע•
פון דער טארגאװיצע זענען די ײדן ארויםגעפירט געװארן אין געשלאםענע רײען׳ באװאפנטע מיט ם.ס.־לײט פון בײדע זײטן׳ פארטיעס־וױיז האבן זײ מארשירט אין ר קאלומנעם׳ איבער סססז מענער׳ פרויען און קיגדער אין אײן קאלומנע. אין דעם דאזיקן מאמענט פון גרעםטער פארצװײפלונג אין יאוש האט דער אלטער צױניםטישער עםקן ישכר קאנערצוקער אויםגערופן: ״ײדן ! נישט װײגען׳ נישט פארצװײפלען׳ נאד שטאלץ און געשלאםן זאלן מיר גײן — פארן כבוד פון ײדישן פאלק. שמע ישראל !״
די מענטשן זענען געװען אזוי דערשעפט אז זײ האבן אװעקגעװארפן אלץ׳ װאס זײ האבן געהאט מיט זיך; אויף דער טארגאװיצע איז געבליבן ליגן א הויפן מלבושים. ד<ר װעג איז געווען אויםגעשפרײט מיט קרבנות׳ די מארשירנדיקע האבן ממש געטרעטן אויף זײ׳ אדורכגײענדיק די גאסן: שידלעװער׳ מארק׳ קעלצער גאס; יעדע פאר טריט זעגען געשטאנען זשאנדארם־פאטראלן. אלטע און קראנקע זענען נאכגעפארן מיט װעגענער אויפן װײטן װעג (45 ק״מ) צו דער באן־םטאציע כענטשין. ךי פארמאטערטע אין װעג זענען אויםן ארט דערשאםן געװארן׳ אזוי ארום איז אויך דער װעג ביז כענטשין געװען פארזײט מיט טויטע. דער טראנםפארט האמ די ערשטע נאכט איבערגענעכטיקט אין דארף מארװיצא־ װאלא׳ נעבן קעלץ׳ הינטערן פרײען הימל. דא זענען באגאנ־ גען זעלבםטמארד די 2 באוװםטע דאקטוירים ד״ר גלאבוס און ד״ר אויגגפיש פון פלאצי^ אין כענטשין גופא האבן נאד די איבערגעבליבענע כמיעלניקער ײדן געװארט 4 טעג אן עסן און אן װאםער. נאכן 4־טן טאג איז אנגעקומען דער צוג׳ אין װעלכן מען האט ארײנגעפאקט צו 130—120 טויט־אױםגע־ מאטערטע מענטשן אין א לאםט־װאגאן אויפן װעג קײן טרעבלינקע.
די איבערגעבליבענע צוזאמען מיט 28 מיליציאנטן׳ װעלכע די דייטשן האבן איבערגעלאזט כדי אויפצורוימען די שטאט (דאם א.ג. ״אויפרוימונגס־קאמאנדא״), זענען נאך דער ״אוים־ זידלונג״, װאם האט געדויערט ביז 2 אױיגער בײטאג׳ אונטער שטרענגער װאך אפגעפירט געװארן אין שטאט, אין בנײן םון דער ײדישער קהילה. דעם גאנצן װעג פון דער טארגאװיצע ביז צום מארק האבן זײ מארשירט איבער טויטע קערפערס. צומארגנם האבן די דײטשן ארױםגעפירט אלע מענער און זײ באפוילן צוזאמענצוקלױבן די טויטע — צוזאמען זענען קובר געװארן אין א בשותםותדיקן קבר 113 הרוגים׳ װאם זענען געפאלן אויפן װעג קײן כעגטשיף1).
אין א קורצער צײט ארום גאך דער ״אויםזידלונג״ האבן אנגעהויבן אנקומען אין געטא מענטשן פון פארשידענע באהעלטעגישן. מען האט זײ ארעסטירט און עס זענען ארומ־ געגאנגען קלאנגען אז זײ װעלן דערשאםן װערן• מען האט אבער זײ ארויסגעלאזט און איבערגעםירט אין ״ױדן־הויז״ פון משה פאסטערנאק׳ אויף פורמאנםקא גאס, װו ם׳איז געשאםן געװארן א בשותפותדיקע קיך• עם האבן זיך צונויפגעזאמלט און פאררעגיםטרירט בערך א 200 יידן, װעלכע זענען קאנצענ־ טרירט געװארן אין עטלעכע בנינים ארום דער דיף־פאבריק פון משה פאםטערנאק. די דײטשן האבן זיך מכלומרשט גישט געמאכט װיסנדיק, װאם עס האבן נאך דער ״אקציע״ זיך ״געיאװעט״ אזויפיל ײדן. די דאזיקע צאל איז געװאקסן און איז דערגאגגען ביז 600 —500, בפרט מיטן צוקומען שרידים פון אנדערע ישובים׳ װו עם זענען פארגעקומען ״אקציעס״23).
די עיקר ארבעט פון די פארבליבענע ײדן איז באשטאנען אין אויםלײדיקן די ײדישע װויגונגען און צונויפנעמען די פארװארלאזטע מעבל און חפצים. די א.ג. ״םטראזש״ מיט יאגעק טשיפטשע און יאשעק שװארץ בראש האט אדורכגעםירט רעװיזיעם אין אלע ײדישע שטובן. טאג־טעגלעך האט די זשאנדארמעריע געמאכט מיט דער הילף פון די פאלקם־ דײטשן שטשישליק׳ שלאפניק׳ ארלאװסקי און םון די ײדישע ארבעטער, ליציטאציעם און אויספארקויפט ײדיש םארמעגן• די פויערים פון די ארומיקע דערפער און פון שטאט גופא זענען געװען די הויפט־אפנעמערם םון די ״פארקויפטע״ כמעט בחינם ײדישע זאכן. געװען אויך פאלן פון צורויבן ײדישע זאכן דורך די פויערים אינמיטן דער גאכט, הגם עס האט געדראט דערפאר טויט־שטראף• דער באװוסטער אנטיםעמיט און כוליגאן יאשעק שװארץ האט דערפאר באצאלט מיט זײן לעבן.20). דאס הײפל שרידים האט געהאט אױסצושטײן כלערלײ צרות מצד די פײניקער, פיל ײדן זענען דערשאםן געװארן אין דעם נאך־״אקציע״ פעריאד. פאסטאק האט אליץ דערשאסן די שרוי סון יאנקל קױםמאן — בלומע גארליצקי. בערך צו שלושים נאך דער 1־טער ״אקציע״ איז םארגע־