673 ד״ר ױםף קערמיש — כמיעלניקער יױן אונטערן נאצײרעזשיפ 674 ומ#י%*,ו1י 1ו@41ווו§ו*1@ 1081׳/ 88 ^1₪₪₪₪₪3₪₪1 1ו*ו**וו**ווווו*ו 11181*#111*־** *׳■ , ■•*'**־■• ^^111111* די צװײטע אויםזידלונג אויפן גרויסן מארק שטײען גרײט פערד און װעגן אװעקצופירן די געבליבענע ײדן קומען די 2־טע כמיעלניקער ״אקציע״. אויך פאר דער צװײטער ״אקציע״ איז אראפגעקומען קײן כמיעלניק דער װאך־פירער פון קעלצער ״האםאג״ און געכאפט ײנגע מענטשן צו דער ארבעט אין לאגער. דאסמאל האבן זיך אויך צוגע־ שטעלט פרײװיליקע, פאר װעמען דער גורל פון די כמיעל־ ניקער שרידים איז געװען א געחתמעטער. אין דער לעצטער מינוט ממש איז אויך געלונגען יחידים אנצוקומען אין די צוגעגרײטע באהעלטענישן בײ פאלאקן• די ברודער קויפמאן מיט זײערע משפחות און קינדער האבן באװיזן באצײטנם ארויםצופירן אין זײער באהעלטעניש בײ דעם פויער ױזעף דלוגאשץ מאשינען און רוי־שטאפן אויף אויםצוארבעטן לעדער.
די צוױיטע ״אויסזידלונג״ האט זיך אנגעהויבן פלוצים, דאנערשטיק דעם 5־טן נאװעמבער 1942 (פונדעםטװעגן האבן אין דער נאכט פאר דער ״אקציע״ באװיזן יחידים צו אנטלויפן אין װאלד ארײן) מיט א שיסערײ און בהלה. די רעשטלעך פון די כמיעלניקער ײדן זענען צונויפגעזאמלט געװארן און ארומגערינגלט דורך דער דײטשער זשאנדארמעריע אויף א פרײען פלאץ היגטערן הויז פון משה פאםטערנאק. פון ארום 500 ײדן זענען װידער אויםגעקליבן געװארן 75 מענער און די איבריקע האט מען ארויםגעשיקט אין דער נאכט אויפן 6־טן נאװעמבער, אויף פויערישע װאגנם, קײן םטאפניץ (35 ק״מ). אבער נאכן אנקומען אין ערשטן דארף, האבן די מענטשן אנגעהויבן צו אנטלויפן אין נאענטן װאלד ארײן. בײנאכט זענען פיל אנטלאפענע צוריקגעקומען קײן כמיעלניק. די איבעריקע זענען אנקומענדיק קיץ םטאפניץ אװעק פרײטיק דעם 6־טן נאװעמבער מיט דער דארטיקער ״אויםזידלונג״21).
אזוי ארום האבן זיך װידער צונויפגעזאמלט — נאך דער צװײטער *אקציע״ — עטלעכע הונדערט ײדן. די פרױוילי־ גירטע — עטלעכע צענדליק פאכמענער צוזאמען מיט דער ײדישער פאליצײ — זענען קאנצענטרירט געװארן אין הויף פון משה פאםטערנאק, .אלע אנדערע האבן געלעבט אין פערמאנענטער שרעק פאר א נײער ״אקציע״. דעריבער האבן זיך א טײל ײדן אויסבאהאלטן; אבער די באװוסטע ײדישע פארעטער פאםטאק און םאבקאװסקי זענען געװען זײער אקטױו אין אויסגעפינען באהאלטענע ײדן. אינצװישן איז געקומען אן אויטא פון קיעלצער ״האסאג״ מיט דעם באפעל צו דער ײדישער פאליצײ אז אלע באהאלטענע און נישט באהאלטענע ײדן זאלן זיך צושטעלן אין דאזיקן לאגער. לויט דער פארארדענונג פון 28 אקטאבער 1942 פון שטאטס־ סעקרעטאר פאר זיבערדוײטם־עניינים אבערגרופענפירער קריגער, דעם העכערן ס.ם. און פאליצײ־פירער, האבן ײדן אין דער גענעראל־גובערניע געקאנט זיך נאך געפינען אין א באגרענעצטע צאל געטאם. אין ראדאמער דיםטריקט זענען באשטימט געװארן 4 אזעלכע געטאם, צװישן זײ סאנדאמיעזש. א טײל כמיעלניקער ײדן זענען טאקע נאכן פארעפנטלעכן פון דער פארארדענונג אװעק קײן סאנדאמיעזש״ .אנדערע װידער