Original scan
Original memorial-book scan 339
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1050

677 ד״ר ױםף קערמיש — כמיעלניקער ײדן אונטערן נאצי־רעזשיפ 678 זענען די לאגערניקעס .ארויםגעשיקט געװארן קײן פשעדבאזש בײ פיאטרקאװ־טריבונאלסקי יװו זײ האבן געארבעט בײ גראבן אקאפעם׳ שוץ־קעלערן און פאנצער־גרובן. 3 ײדן זענען דא דערשאםן געװארן פאר א פרװו צו אנטלויפן. אײן פרוי איז געלונגען עוקר צו זײן. די פרויען זענען פון פשעדבאזש געשיקט געװארן קײן ראװענסברוק. די מענער קײן טשענסטא־ כאװ אין ״האסאג״. אין טשענםטאכאװער ״האסאג״ איז די אדמיניסטראציע געװען די זעלביקע װי אין קעלץ׳ די לאגערניקעס פון קעלצער ״האסאג״ האבן געטראגן רויטע ארעמבעגדער בעת די םקאר־ זשיםקער זענען געװען געצײבנט מיט געלע לאטעס. די באדינגונגען אין לאגער זענען אבער געװען פיל ערגער װי אין קיעלץ. געװען דא אפטע סעלעקציעס׳ די שװאכערע לאגערניקעם האט מען געשאסן. די לאגע אין טשענסטאכאװער ״האסאג״ האט זיך נאך פארערגערט מיטן איבערנעמען דעם לאגער דורך די ס.ס. דעם 15 און 16 יאנואר 1945 ערב דעם אנקומען פון דער םאװיעטישער ארמײ האבן 2 גרויםע טראנס־ פארטן פארלאזט טשענסטאכאװ אויפן װעג קײן בוכענװאלד. די פרויען האט מען געפירט קײן בערגען־בעלזען און פון דאנען קײן בורגאו און טירקהײם׳ פון דארט קײן דאכאו.

passage_12100136fd39864bb7861e9c
Passage 2normalized OCR · source chars 1052-2485

די אנגעקומענע קײן בוכענװאלד מיט די טראנספארטן פון טשענסטאכאװ האבן דא געטראפן גאר אנדערע באדינגוגגען אין דאזיקן לאגער. צו יענער צײט איז די אינעװײניקםטע אנפירונג אין בוכענװאלד אײנגעשטאנען אין די הענט פון דײטשע קאמוניםטן העפטלינגען מיט ד״ר הערצאג׳ דעם געװ• פארלאמענט־דעפוטאט אלם לאגער־עלטסטן. אזוי ארום האט זיך עטװאם פארלײכטערט דער אלגעמײנער מצב פון די אסירים. די קינדער און ױגנטלעכע האבן דא באקומען א באזונדערן בלאק און א בעסערע דערגערונג. און שװאכערע און קראנקע האט מען איבערגעלאזט אויפן ארט און נישט ארויםגעשיקט אין די קלענערע לאגערן׳ װו די באדינגונגען זענעז געײעז א סך שװערערע. כדאי צוצוגעבן׳ אז צו יענער צײט איי געװען טעטיק אין בוכענװאלד א שטראף-קאלומגע׳ װאס איז באשטאנען פון 5 מיטגלידער פון דער א.ג• זאנדערקאמאנדא (געווען באשעפטיקט ביי די קרעמאטאריעס). די דאזיקע שטראף־קאלומנע (אויך גערופן נקמה־קאלומנע) האט ארוים געטראגן און אויםגעפירט טויט־אורטײלן אויף ײדישע מנװלים װי אױך אויף רענעגאטן פון אנדערע נאציאנאליטעטן. מיטן אנקומען פון די כמיעלניקער ײדן קײן בוכענװאלד האבן מענטשן פון יידישן משפט גלייך זיך געפרעגט אויף די אלע װאם האבן זיך אויפגעפירט שלעכט און זײ געמאנט צו משפט. עס זענען אויסגעפירט געווארן טויט־אורטײלן אויף די קאפאם און פאררעטערם וואס האבן געהאט אויף זייער געוויסן שװערע חטאים קעגן אײגענע ברידער (צװ.אנד. קומען אום די 2 פאליציי־קאמענדאנטן פון סקארזשיםקער לאגער קשע פיצקי און טעפערמאן). מיטן צוקומען פון די עװאקואירטע לאגערניקעס פון אוישװיץ קײן בוכענװאלד׳ האט זיי יא די ענגשאםט זײער פארשארפט. אין אײן באראק זעגען אײנ־

passage_301681283a63eb6e1f00ab6a
Passage 3normalized OCR · source chars 2487-3268

קװארטירט געװארן 1500 לאגערניקעם. צוליבן שמוץ און קראנקהײטן זענען דא מענטשן געפאלן װי פליגן. 2 חדשים האבן די לאגער־אםירים געארבעט בײ װײמאר (8 קמ. פון בוכענװאלד) בײם אפרײניקן די גרוזעם פון די באמבארדירונ־ גען. פיל העפטלינגען זענען געהרגעט געװארן פון די באמבעס פון די אליאירטע. בעת דער עװאקואציע פון בוכענװאלד קײן וױימאר זענען פיל לאגערניקעם געפאלן אויפן װעג אדער דערשאםן געװארן. דער טראנספארט פון װײמאר <צו 120 מענטשן אין אײן װאגאן) איז געװען אין װעג בערך 2 װאכן. אין די סודעטן איז דער טראנספארט געשטאנען צוליב די באמבארדירונגען 2 טעג. מענטשן האבן געגעםן גראז און געשטארבן מאםנװײז. פון 2000 מענטשן זענען אנגעקומען קײן טערעזיענשטאט בלויז 300. דעם 8־טן מאי 1945 איז טערעזיענשטאט באפרײט געװארן. צװישן די באפרײטע דא כמיעלניקער ײדן האבן זיך געפונען יחיאל און קלמן מאפע׳ יעקב לעמבערג א.א.

passage_9cd291b7c3a4de91d82e887b
Passage 4normalized OCR · source chars 3270-4404

א טײל אסירי בוכענװאלד זענען עװאקואירט געװארן קײן דארא׳ פון דארט קײן רוטבערודע און אראניענבורג. אין די דאזיקע לאגערן האבן זײ געהאט אויסצושטײן גרויסע יםורים און פײגיקונגען. א םך לאגערניקעס זענען אומגעקומען בעת די אומאויפהערלעכע עװאקואציע־מארשן אין דער תקופה פון די אנגריפן אויף דײטשלאנד מצד די אליאאירטע .ארמײען׳ פרילינג 1945. בלויז יחידי םגולה׳ װי ישראל ערליך׳ האבן איבערגעלעבט די שבעה מדורי גהינום און דערװארט זיך די באפרײאונג נישט װײט פון שװערין דורך די רוםישע און אמעריקאנישע ארמײען. א סך צו פארדאנקען אין די לעצטע טעג פאר דער באפרײאונג האבן געהאט די לעבנגעבליבענע דער הילף פון שװעדישן רויטן קרײץ28)• 3. װידערשטאנד־פרװון נישט געקוקט אויף דעם װאפ די ײדישע באפעלקערונג האט זיך געפינען אין א כסדרדיקן קלעם פון ראפיגירטע נגישות׳ האט זי זיך שװער געראנגעלט און געמאכט פארצװײפלטע אנשטרענגונגען װײטער צו לעבן. בעת דער װילן פונעם שונא איז געװען צו פארמאכן די ײדישע באפעלקערונג און אפזינ־ דערן זי אינגאנצן אין געטא (אפילו דער יריד־טאג איז אריבערגעטראגן געווארן אויף שבת)׳ האט באוױזן א לענגערע צײט דער אליין־דערהאלטונגס־אינסטינקט פון די יידן צו שטעלן א הארטנעקיקן עקאנאמישן װידערשטאנד און צופאםי זיך צו די נייע באדינגונגען פון אפגעזונדערקײט•

passage_ddd581784dd4c7d917341865
Passage 5normalized OCR · source chars 4406-4829

דער עקאנאמישער אויםדויער האט זיך אויםגעדריקט אין דעם שמוגל פון לעבנםמיטלען און אין אײנשטעלן פארביג־ דוגגען מיט דער ארישער זײט איבער די געטא־צוימען. מען האט װײטער אנגעהאלטן קאנטאקטן מיטן ארישן קליענט אויף אלערליי אופנים. די בעםטע םחורות זענען געווארן קאנפיסקירט בײ ײדן׳ אבער ״געװעלבלעך פון קלײניקײטן״ זענען נאך געװען אפז• מען דארף װײטער אנװײזן דארויף׳ אז די כמיעלניקער ײח האבן אויסבאהאלטן בײ די ארגטלעכע פאליאקן םײ אין שטאט

passage_fc96cdc15a8158ba77ba4826