Original scan
Original memorial-book scan 340
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-882

679 פ ב ק ס כמיעלביק• 680 הגיתהרה המזװי־ז* ג^זלץ גי־^או־חנ !עחסת, - גבוס*ות פונ*'[ - 1939 - גבולײג פו^ן~5^19 ■ כוװנה-עבודה ,ײחנת-ריכוץ 0 סוװנה-העוסורה :■־..■■ ■■־ - נןטורי התנתנה החנ*ועלת .12* 1939- 19 . . קשר י הסוחתרת הלוחתת ****1942-19 ^ סררכת חסורי והכורד מאפע פון ײדישן אונטערגרונד פון געטאס און לאגערן. כמיעלניק א פארבינדונגס־פונקט פאר אונטערערדישער קאמפס־ארבעט גופא, םײ אין די דערפער, זײערע װערטפולע חפצים און םחורות. װאם שײך די האנדלםבאציאונגען קענען מיר למשל אנװײזן אויף דער עובדה, אז דאם געשעפט פון דער פאמיליע מיאדאװניק האט װײטער גוט פראםפערירט אונטערן שילד ״שוםטער־צוגאבן״, װאס דאס זענען געװען די אײנציקע ארטיקלען, װעלבע די מאכט האט דערלויבט די כמיעלניקער ײדן צו פארקויפן. אבער אונטערן שילד ״שוםטער־צוגאבך האט דאם געשעפט פארקויפט אומלעגאל פארשידענע .אנדערע סחורות, אפילו אײער און פוטער, פאר די קריסטלעכע שמוג־ לערס, װאס פלעגן זײ ליפערן אומלעגאל קײן װארשע.

passage_08f5a5c214d0bce6c07f5bb9
Passage 2normalized OCR · source chars 884-1640

עם האט זיך געפאדערט א םך דערפינדערישקײט און איניציאטױו בײם אויסגעפינען די קאנאלן, דורך װעלכע עס האט געשטראמט דער שמוגל אין געטא און פון געטא• די שמוגלערס האבן זיך געמוזט באנוצן מיט א ראפינירטער טעכניק פון קארופציע און שװינדל׳ בכדי די געשמוגלטע םחורה זאל נישט קאנפיםקירט װערן. בכדי צו דערהאלטן זיך בײם לעבן האט די ײדישע באפעלקערונג אפטמאל פארן פרײו פון די לעצטע רעזערװן פון מעבל און קלײדער געקויפט געשמוגלטע לעבנםמיטלען לויט די העכםטע פרײון. דער געטא־שמוגל איז געװען דאם אײנציקע מיטל אײנצוהאלטן דעם אפראװיזאציע־צושטאנד אויף אן עטװאם העכערן נױוא פון דעם הונגער־נױוא, און דעריבער האט די דײטשע מאכט, װי שוין דערמאנט, בלוטיק פארפאלגט דעם געטא־שמוגל. אויך אין די הײמישע שטוב־בעקערײען פלעגן זיך ארײנרײםן די דײטשן מיט הינט און שלאגן ביז בלוט פאר דער דאזיקער עבירה•

passage_543db5718a53ee6d039c209a
Passage 3normalized OCR · source chars 1642-2697

דעם פאםױון װידערשטאנד פון דער ײדישער באפעלקערונג דריקט אוים אמבעםטן איר באציאונג צו די דײטשע גזירות׳ װאם עס האבן כםדר צוגעטראכט די ספעציאליםטן פון אויס־ ראטונג. מיט דער צײט האבן די ײדן קאלטבלוטיק אויפגענו־ מען אלע דראקאנישע גזירות, װעלכע מען האט זיך באמיט װי װײט מעגלעך צו סאבאטירן. די דאזיקע געזעצן איז יעדער ײד געװען געצװונגען צו ברעכן׳ אויב ער האט געװאלט לעבן. א רײ ישיבה־בחורים האבן מיט זײער רעליגיעזער דבקות און חםידישן ברען באקעמפט אין זיך דעם פחד פאר דעם מער־ דערלעכן רעזשים. אין די קאשמארנע געטא־באדינגונגען האט זיך נישט אינגאנצן אפגעשטעלט די געזעלשאפטלעכע װי אויך קולטי־ רעלע און פארטײאישע טעטיקײט. צוליב מאנגל אין מקורות׳ איז שװער צו רעקאנםטרואירן דאס לעבן פון די פאליטישע פארטײען און יוגנט־ארגאניזאציעם אין כמיעלניק. עם איז נאר באװוסט אז דער השומר־הצעיר האט באנײט זײן טעטיקײט נאכן ארײנקומען פון די דײטשן. אין דער צײט װען ס׳זענען אנגעהאלטן געװארן אונטערערדישע קאנטאקטן צװישן װארשע און די געטאס אויף דער פראװינץ׳ האט באזוכט אויך כמיעלניק מרדכי אנילעװיטש פון דער הנהגה הראשית פון השומר הצעיר, דער שפעטערדיקער קאמענדאנט פון װארשעװער געטא־אויפשטאנה

passage_af90a30659d02bf68705c970
Passage 4normalized OCR · source chars 2699-3199

אויף זײן ערשטער באראטונג מיט 6 חברים־אקטױויםטן פון דער לאקאלער ארגאניזאציע, האט ער זײ איבערגעגעבן אומלעגאלע אויסגאבעם. אויף א ברײטערער פארזאמלונג מיטן אנטײל פון אנילעװיטש איז געשאפן געװארן אן ארטיקער קן װאם האט געצײלט 60 חברים. פון כמיעלגיק איז אנילעװיטש אפגעפארן קײן סטאשעװ. זײט אנילעװיטשעם באזוך אין כמיעלניק איז אנגעהאלטן געװארן א שטענדיקער קאנטאקט מיט װארשע. עם זענען דערהאלטן געװארן ברױו און אומלע־ גאלע צײטונגען, װעלכע זענען איבערגעפירט געװארן דורך דעם ײדישן פארבינדלער אויף ארישע פאפירן — װיגא

passage_5d0f204c4ce3255785cc4669