681 ד״ר ױםף קערמיש — כמיעלניקער ײדן אונטערן נאצי־רעזשים 682 װישינסקי. עס האט אויד באזוכט כמיעלניק די באװוסטע קריםטלעכע פארבינדלערין אירענא. די עיקר ארבעט פון ארטיקן קן איז באשטאנען אין ארגא־ ניזירן ױגנטלעכע און אנטײלנעמען אין אספות אויף װעלכע מען האט געזינגען העברעאישע לידער׳ װי אויד אין לערנען זיד אין ראמען פון די עקזיםטירנדיקע מעגלעכקײטן. די אםי־ פות זענען על־פי־רוב פארגעקומען אין װאלד אדער אין א בױ־ דעם־שטיבל הינטער דער שטאט. עס איז אויך פארגעקומען א קרײזצוזאמענפאר פון השומר הצעיר אין םטאשעװ. דאםגלײכן האט דער כמיעלניקער השומר הצעיר דעלעגירט אויפן צוזאמענפאר אין קיעלץ זײנם א פארשטײער. כדאי דא צוצוגעבן אז ערב די צוגרײטונגען צו דער ״אקציע״ אין סטאשעװ׳ האט די דארטיקע ױגנט אנגעהויבן ארגאניזירן װידערשטאנד־גרופעס װאס האבן ארומגענומען ױגנטלעכע פון פארשידענע פארטײען און ױגנט־ארגאניזאציעס. ס׳איז אויסגעארבעט געװארן א פלאן פון שטעלן א װידערשטאנד בעת דער ״אויםזידלונג״ גופא׳ אבער צום באדױערן׳ האבן די ארטיקע פוילישע װידערשטאנד־פאקטארן אפגעזאגט זיך אנצוהאלטן װאס פארא נישט קאנטאקט מיט דער ײדישער ױגנט װאס האט אויף אן אנדערן װעג נישט געקאנט באקומען קײן געװער.
די אומלעגאלע ארבעט פון ״השומר״ אין כמיעלניק האט אנגעטראפן אויף שװעריקײטן און געפארן: עס האבן זיך געפינען ײדישע פאליציאנטן׳ װאם האבן דערװיםט זיך װעגן די אומלעגאלע אסיפות און געדראט די שומרים מיט אװעק־ שיקן זײ אין די לאגערן• אנהײב 1942 איז װידער אנילעװיטש געקומען קײן כמיעל־ ניק׳ װו ער האט איבערגעגעבן זײנע אידעאישע חברים די ערשטע ידיעה װעגן דעם פארניכטונגם־לאגער בעלזשעץ און װעגן דער קאטאםטראפאלער םיטואציע אין װארשעװער געטא. זײן פארשלאג צו שאפן הילף פאר די חברים אין װארשע איז אנגענומען געװארן. עס איז גלײד אונטערגענומען געװארז אן אקציע צו שיקן קײן װארשע געלט און שפײז־פעקלעך. אנילעװיטש האט שוין בעת דעם דאזיקן באזוך פראפאגירט װידערשטאנד װי דעם אײנציקן מיטל אקעגנצושטעלן זיך דער פיזישער מאסן־עקםטערמינאציע פון די דײטשן.
נאך אנילעװיטשעם אװעקפארן איז געשיקט געװארן פון װארשע די באװוסטע פארבינדלערין טאםיא אלטמאן אנצופירן מיט דער ארגאניזאציאנעלער ארבעט פון ראדאמער גליל. אויך װיגא־װישינםקי איז װײטער פון צײט צו צײט געקומען קײן כמיעלניק. זומער 1942 האט דער כמיעלניקער השומר באקומען א באפעל ארויסצופארן אין קיבוץ קײן טשענםטא־ כאװ. דער דאזיקער באפעל איז נישט אויםגעפירט געװארז׳ װײל גלײכצײטיק איז פארלוירן געװארן דער קאנטאקט מיט װארשע צוליב דער אויסזידלוגגס־אקציע דארט. אין א צײט ארום איז ווידער דערהאלטן געווארן א ידיער״ אז ם׳איז פאראן א פלאן ארויסצונעמען פון כמיעלניק ױגנטלעכע אין װארשע־ װער געטא כדי אנטײלצוגעמען אין קאמף, װאס האט זיך דארט געגרײט; נאך דער צװײטער ״אויסזידלונג״ אין כמיעלניק, וװ ס׳זענעז נאד פארבליבן נעבעכדיקע רעשטלעך פון דער ערשט נישט לאנג ברויזנדיקער קהילד״ איז אנגע־ קומען טאסיא אלטמאן מיטן צװעק מיטצונעמען אידעאישע חברים קײן װארשע. עס זענען מיטגעפארן בלויז בלומקע סאמעטבאנד און דוד שניפער׳ װעלכע זענען שפעטער געפאלן אין װארשעװער געטא29).
באזונדער דארפן דערמאנט ווערן די כמיעלניקער יידן וואם האבן אנטיילגענומען אלם זעלנער אין דער פוילישער ארמיי (װאס איז ארגאניזירט געװארן אין רוסלאנד), למשל נחום אץ מאיר מאלי׳ משה קװאשניעװסקי (מיעטעק) און אנדערע׳ װאס האבן געקאנט אפטמאל פארװירקלעכן זײער נקמה־געפיל לגבי די מערדער פון זײערע אומגעבראכטע ברידער און שװעסטער. באזונדערס האט זיד אויסגעצײבנט דער טאנקיסט נחום מאלי׳ װאם האט אנטײלגענומען אין שװערע קאמפן בײם פארםירן די װײםל (צװישן װארקע און פיליצע) װי אויך בײ דער באפרײאונג פון פראגע און פארסירן די אדער. נאך דער באפרײאונג פון א קאנצענטראציע־לאגער אין דער געגנט פין בערלין׳ איז נחום מאלי װאם האט שוין געהאט באקומען פאר זײן קאמפסטעטיקײט די העכםטע מיליטערישע אויסצײכנונג ״װירטוטי מיליטארי״ און האט אויך געענדיקט אן אפיצירן־ שולע׳ געװען צװישן די דעראבערער פון בערלין׳ װו ער איז ארײנגעפארן אויף זײן טאנק30). עס דארף וױיטער דערמאנט װערן דער ארטילעריםט און פאראשוטיםט פאדפארוטשניק משה קװאשניעװםקי (מיעטעק), װאס האט זיך אראפגעלאזט מיט א ספעציעלער גרופע פון 14 פאראשוטיםטן בײ אסט־ ראװצע׳ כדי פעםטצושטעלן צי אין דער געגנט פון קעלצער און קראקאװער װאיעװודסטװע געפינען זיך פארטיזאנער• אפטײלונגען פון דער סאװיעטישער פרײנטשאפטלעכער ארמײ ״ארמיא לודאװא״, און אויב אזעלכע געפינען זיד׳ זײ צו ארגאניזירן׳ אויסשולן און פארזיכערן מיט געװער. פאקטיש האבן זיך אין יענער געגנט געפינען בערך 3000 רוםישע און פוילישע פארטיזאנער. װי אן אינסטרוקטאר און קאמאנדײ־ פון א באטאליאן פון מינעס־אויפרײסער׳ האט קװאשניעװםקי געגעבן זײן צושטײער צו דער רעארגאניזאציע פון די פארטי־ זאנער־פארמאציעם׳ װאס האבן אנגעהויבן אויםפירן סטאבילע אטענטאטן אויף דײטשישע מיליטערישע אביעקטן מיט דעי
הילף פון מאדערנע טעכנישע מיטלען און מכשירים וואם זענען געשיקט געװארן פון רוםלאנד. אזוי למשל האט קוואש־ ניעװםקי אויפגעריםן א מיליטערישן צוג פון ך װאגאנען מיט א לאקאמאטױו׳ װאם איז צעשמעטערט געװארז (געבז קאלאמאן בײ קאנםק). עטלעכע דרײסיק דײטשן זענען דער־ הרגעט געװארן אויפן ארט און פיל זענען פארװונדעט געװארן• אויף דעם ארט דארף אויך דערמאנט װערן דער העלדישער בחור לאלף קױפמאן׳ װאם האט זיד׳ בײ נענטער נישט באקאנטע אומשטענדן׳ געװארפן אויף דעם םאנדאמיעזשער צורר לעשער און איז אומגעקומען מימ א העלדישן טויט״).