Original scan
Original memorial-book scan 342
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-849

683 פנקס כמיעלניק 684 צו די דערשײנונגען פון פאםיװן אנטקעגנשטעלן זיך געהערט אויך דאם אויםבאהאלטן זיך בײ פאליאקן אין שטאט גופא און אין די ארומיקע דערפער׳ װי אויך דאס פארשטעלן זיך פאר אריער. אבער די דאזיקע פראגע איז ענג פארבונדן מיטן פראבלעם: באציאונגען פון פאליאקן צו ײדן בעת דעם אומקום־פעריאד. מיר װילן גלײך פעסטשטעלן׳ אז ס׳זענען געװען פאליאקן סון פארשידענע געזעלשאפטלעכע גרופעס׳ בעיקר פאלקם־ מענטשן׳ װאס האבן אויסבאהאלטן די קרבנות פון די געטא־ ליקװידאציעס׳ נישט געקוקט אויף דער טויט־געפאר׳ װאם האט זײ דערפאר געדראט. די אײדעלערע פאליאקן האבן געװײטיקט איבער דער געװאלדיקער דעמאראליזאציע, װאם דער מאסנמארד רופט ארויס בײ די פאםױוע צושויערם, און םפעציעל בײ די ױנגע נשמות פון קינדער, װאס האבן זיך דער געטא־פאליציאנט שמעון קאזיעמינסקי איו כמיעלניק — געפאלן אין געטא־אויפשטאנד אין װארשע צוגעװײנט צום געדאנק׳ אז ס׳איז דערלויבט צו מארדן מאסענװײז מענטשן.

passage_0c2990569264be6fd79727f6
Passage 2normalized OCR · source chars 851-1495

אלטע שאר, די פרוי פון נתן שאר, מיט אירע קיגדער, האבן אנטלויפנדיק עטלעכע ק״מ פאר סטאפניץ, פון דעם ״אויס־ זידלונג״־טראנספארט, באקומען א צײטװײליקן מקום מקלט און א פרײנטלעכע באציאונג בײ 2 אומבאקאנטע אינטעלי־ גענטע קריסטנם. — אן אומבאקאנטער, אײדעלער קריסט װידער האט זײ א גאנצע נאכט געפירט צו דעם פויער םטעמפיען אין שלאזעװ, װאס האט פיל געהאלפן די אנטלא־ פענע. דאסגלײכן האט די קריםטין מאנקע לענארטאװיטש, א שכנטע פון אלטע שאר, אויסבאהאלטן זי, בײ זיך, במשך א װאך מיט גרויס מםירות נפש. די זעלביקע פרוי שאר מיט אירע 4 זין און א טאכטער װי אויך א שװעםטערקינד מיט זײן כלה האבן זיך אויסבאהאלטן בײ דעם קריסט םטאך קאשובא אין דארף זשידאװ במשך 27 חדשים מיט 10 טעג

passage_e3ae2b576f89ced6e577e636
Passage 3normalized OCR · source chars 1497-2046

(ביז צו דער באפרײאונג). דער דאזיקער קריםט׳ א קריגם־ אינװאליד פון דער ערשטער װעלט־מלחמה׳ װאס איז געװען זײער באפרײנדעט מיט דער פאמיליע שאר (זײן טאבאק־ קאנצעסיע האט ער במשך א רײ פון יארן פארפאכטעט דער פאמיליע שאר), האט זיך ממש מקריב געװען כדי די דאזיקע משפחה אפצוראטעװען• נישט געקוקט אויף די צװײמאליקע שעהן־לאנג רעװיזיעם׳ װאם זענען דורכגעפירט געװארן דורך צוױי באנדעם אקאװצעם בײ קאשובא (די אקאװצעם האבן געהאט א פארדאכט אז די פאמיליע שאר באהאלט זיך אוים בײ אים) און די קלעפ װאס דער אינװאליד און זײן משפחה האבן ארײנגעכאפט׳ האבן זײ זיך נישט אײנגע־ בראבן״).

passage_47c5a348f76ba66206abf937
Passage 4normalized OCR · source chars 2048-3597

ױסף קלײנערט׳ דער פארמלחמהדיקער פאקטישער םעקרע־ טאר פון דער שטאט־פארװאלטונג כמיעלניק׳ און בעת דער אקופאציע — אדמיניםטראטױוער באאמטער פאר די געמײנדע־ ענינים׳ האט זיך געװאנדן בעת צרה מיט הילפם־רופן צו אינטעליגענטע פאליאקן און פריצים׳ מיט װעלכע ער איז אלע יארן געשטאנען אין פארבינדונגען אלם פונקציאנאר פון דער גמינע. אבער זײ האבן זיך אפגעזאגט אים צו העלפן. דאקעגן האט ער געפינען מער מענטשלעכקײט בײ דער ארעמער און פון נידעריקן שטאנד שטאמענדיקער אלמנה פון םטרוזש ק־טש און איר געליבטן׳ דעם הםקר־ױנג יאנעק ש־םקי. די דאזיקע פוילישע פאלקסמענטשן האבן מיט גרוים מסירות־נפש און ראפינירטע מיטלען אויםבאהאלטן און אפגעהיט די משפחה קלײנערט אין קעלער פון זײער קלײן שטיבל33). אויך בײ א רײ אנדערע פוילישע פאמיליעס האבן זיך אויםבאהאלטן ײדן. אזוי האבן זיך אין באהעלטעניש פון דער קריסטלעכער פאמיליע װאװשטשיק אויפן שידלעװער װעג געפונען די טירקעלטויבם. בײ פאלאקן האבן זיך אויך אויםבאהאלטן די משפחות : םקראבאצקי, אגניעװיטש, לאנגװאלד, גוטמאן, שיע שטײנפעלד34). עס דארפן נאך דערמאנט װערן אנדערע פאקטן פון דערטײלן הילף דורך פאליאקן. שלױוינםקי׳ דער זין פון אײגנטימער פון רעסטאראן אין מארק׳ האט געהאלפן ארויםבאקומען ״ארישע״ פאפירן פאר דער פרוי מרים מיאדאװניק און איר שװעגערין. אויך די פאמיליע םטראדאיװםקי, אײגנטימער פון א רעםטאראציע אין מארק׳ האט געהאלפן װי װײט מעגלעו רבקה סאמעט־ באנד; דער לערער מאניעק סטראדאװםקי האט איר אוים־ געארבעט אן ארישע מעטריקע אויפן נאמען םטאניסלאװא פיװאנסקא פון דארף סוכאװאלא. אויפן סמך פון דער דאזיקער מעטריקע האט זי באקומען אן ארישע ״קענקארטע״, און געקאנט א לענגערע צײט ארבעטן אויף דער ארישער זײט אין װארשע, ביז צום אויסברוך פון דעם אויפשטאנד (אויגוסט

passage_42903a2bff411474d5e356f1
Passage 5normalized OCR · source chars 3598-3812

1944). אין װארשע האט רבקה מאלי צװישן אנדערן געארבעט בײ דער פרוי סאלעצקא, דער פרוי פון א פוילישן פאר־ מלחמהדיקן גענעראל. נאכן אויסברוך פונם אויפשטאנד איז זי ארויסגעםירט געװארן צוזאמען מיט דער באלעבאסטע קײן דײטשלאנד.

passage_9fea5a52bca462d166e2833b