Original scan
Original memorial-book scan 344
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1067

687 פנקם במיעלניק 688 װער געטא און אפעל פון גענעראל שיקארסקי אין א םפעציעל ארויסגעלאזטן פלוגבלעטל, אז יעטװעדע הילף װאם װערט געגעבן די דײטשן אין אדורכפירן זײער פארברעכערישע ״אקציע״ קעגן ײדן איז א שװערע עבירה לגבי פוילן. ״יעדער פאליאק — האט זיך בפירוש געזאגט אין דערמאנטן פלוג־ בלעטל׳ װאס איז איבערגעדרוקט געװארן דורך א רײ פוילישע אונטערערדישע צײטונגען — װאם ארבעט מיט אין דער מערדערלעכער אקציע דורך שאנטאזשירן, מםרן און ראבירן, באגײט א שװערן פארברעכן קעגן די געזעצן פון דער פוילישער רעפובליק און װעט װערן תיכף באשטראפט״• גישט געקוקט דערויף האבן די אויבן דערמאנטע ארגאגי־ זאציעס, װי עם גיט איבער א פארלעםלעכער עדות — אומגע־ בראכט אין דער כמיעלניקער געגענט 90% פון די באהאל־ טענע יידן. אזוי איז דעם 30־טן ױלי דערהרגעט געװארן דורך זײ הערשל קלערמאן; דעם 13־טן אויגוםט איז דערשאפן געװארן פנחס גאלדליסט, װאס איז בשעתו אראפגעשפרונגען פון לויפנדיקן צוג קײן טרעבלינקע; אויך רחל קלארמאן, װאס איז אנטלאפן פון די באנדיטישע הענט, איז געכאפט געװארן דורך די פויערים װאם האבן געארבעט אין פעלד אין זי צוגעשטעלט צו די דייטשן. זי איז אומגעקומען פון א דײטשישער קויל דעם 30־טן אויגוסט.

passage_61f9533bd599803cbc80dfdf
Passage 2normalized OCR · source chars 1069-1524

די אויבנדערמאנטע ײדן זענען דערמארדעט געװארן דורך פוילישע ״באױװקעם״ גאך 10 חדשים אויסבאהאלטן זיך אין אויסערגעװײנלעך שװערע באדינגונגען. פארשטײט זיך אז די פוילישע מערדער האבן צוגענומען אלע זאכן פון די דער־ מארדעטע• נאר יחידי סגולה, װי יצחק גאלדליסט, דער ברודער פון די דערמארדעטע רחל קלארמאן און שװאגער הערש קלארמאן, האבן דערלעבט די באפרײאונג (שבת, דעם 13־טן יאנואר 1945) נאך 29 חדשים אויסבאהאלטן זיך פאר די דײטשן, פוילישע פארטיזאנער און ציװיל־באפעלקערונג3׳).

passage_8b94d74419b2b1b243004b29
Passage 3normalized OCR · source chars 1526-2494

אבער אפילו נאך דער באפרײאונג האבן פאליאקן פון די דערמאנטע םפערן גערודפט די פרוי ק־טש פאר אויס־ באהאלטן ײדן; זי איז געווען געצװונגען צו אנטלויפן פץ כמיעלניקיי). אזוי ארום האט די הײמישע באםעלקערונג געהאט נישט קײן קלײנעם חלק אין דעם, װאס די פארניכטונג פון דער ײדישער באפעלקערונג אין כמיעלניק און איז דער אומגעגנט איז געװען א טאטאלע. די פוילישע נאציאנאליםטן זענען געװען בעיקר די, װאם האבן אקטױו צוגעהאלפן די היטלעריסטישע מערדער דורכצופירן די ״אקציעס״ און נאך דער פראקלאמירונג פון ״ױדענרײן״ האבן זײ זיך פארנומען מיט צוגויפפאגגען די רעשטלעך לעבעדיקע ײדן, װעלבע האבן זיך אױםבאהאלטן אין פארשידענע באהעלטענישן, אדער האבן ארומגעבלאנקעט איבער פעלדער און װעלדער. זײ האבן ארױםגעװיזן א סך װאכזאמקײט, אז עס זאל זיך גישט ארוים־ גליטשן קײז איץ ײד פון די נאצישע נעגל• אין ליכט פון די אויבנדערמאנטע פאקטן דארפן דערמאנט װערן מיט יראת הכבוד די פאליאקן׳ װאס זענען דערמארדעט געװארן פאר אויסבאהאלטן ײדן, דהײנו: מאריא סטראדאװ־ םקא מיטן זון װאצלאװ׳ םטאניםלאװ טראיאן׳ פעליקס סטרא־ דאמסקי׳ א.א.

passage_502de5cffc4a118af0b17613
Passage 4normalized OCR · source chars 2496-3343

צום באדויערן האט די באפרײאונג נאך נישט געמאכט קײן םוף צו דער הפקרות פון ײדישן לעבן. אין קעלצער פאגראם׳ דעם 4־טן ױני 1946, זענען אומגעקומען 4 כמיעלניקער ײדן : שמואל װײנבערג. משה ױדל אײזנבערג און מנדל מיקא־ לאװםקי װי אויך פרוי פלוטנא. אין טאג פון פאגראם׳ בעת װעלכן עם זענען דערמארדעט געװארן 46 ײדן און 81 זענען פארוהנדעט געװארן׳ האבן זיך פארזאמלט אין כמיעלניק טויזנ־ מער פויעריםאוןעס האט געדראט א פאגראם די 14 ײדן׳ װאם האבן זיך דאן דא געפונען. צום גליק זעגען גראד אנגעקומען קײן כמיעלניק עטלעכע מאשינען מיט מיליטער. די דאזיקע מיליטערישע אפטײלונג בראש מיט דעם העלדישן ײדישן מײדל פון כמיעלגיק׳ עטקע לעװקאװיטש׳ האט געעפנט א פײער אויפן המון (עטקע אלײן האט געהאלטן א סטען אין דער האנט און געשאסן אויף רעכטם און לינקס). דער המון איז זיך פונאנדערגעלאפן און אזוי ארום זענען אפגעראטעװעט געװארן די ײדן׳ װעלכע האבן זיך געפונען אין יענעם טאג אין כמיעלניקי■׳). *

passage_ffe07dd799e1f5e646974f11
Passage 5normalized OCR · source chars 3345-4441

אזוי ארום איז דער חורבן פון דער כמיעלניקער קהלה געװען א פולשטענדיקער. אויסגעשטארבן זענען אויך די ײדישע שטעטלעך פון דער םביבה מיט זײער אײגנארטיקן לעבנס־שטײגער, צעשטערט און פארניכטעט צוזאמען מיט די ײדישע לעבנס, מיט די שולן און בתי מדרשים, צוזאמען אפילו מיט די בית־עלמינס. אויפן כמיעלניקער בית עולם זענען די מצבות צעבראכן געװארן און פארנוצט אויף צו פאריכטן שאםײען. אויך די כמיעלניקער טראטוארן זענען אויםברוקירט געװארן מיט מצבות פון בית־הקברות. א דאנק דער אינטערװענץ פון דעם ײדישן כמיעלניקער אפיציר קװאשניעװסקי, שעף פון פערםאנאל־אפטײל אין דער קעלצער װאיעװאדשאפט, האט מען די מצבות נאך דער באפרײאונג ארויםגענומען פון די ברוקן און טראטוארן און זײ אריבערגעפירט אויפן בית הקברות. עס זענען אויך צונויפ־ געגומען געװארן די ספרי תורות׳ גאנצע און צעריםענע׳ און איבערגעגעבן אין רשות פון דער קעלצער קאנגרעגאציע. עם זענען אונטערגענומען געװארן א רײ אינטערװענצן בכדי אפצונעמען די ײדישע קינדער׳ װאם זענען געװען אויםבא־ האלטן בײ די קריםטן46). האנט בײ האנט מיטן פיזישן אויסראיטן פון די ײדן איז אויך געגאנגען כמעט אומעטום דאם פארניכטן זײערע הײזער מיט דעם אויסנאם פון װוינערטער׳ װאם האבן זיך געלאזט פארװענדן פאר אריער.

passage_ef0be299e749330ce456c184