719 פ ב ק ס כמיעלניק־ 720 האט אונז געהאלפן באהאלטן זיך און נישט געהײמן זיך צו־ שטעלן. אין מײן באראק איז געװען א קלײנער לאגער־עלטעסטער ״קורט״ װעלכע איז שוין דא געװען 12 יאר אלס קאמוגיםט. געװען איז אויך א קרעמאטארױם אין װעלכן מען האט גע־ ברענט די טויטע און פארפײניקטע. דעם רויך האט מען געשפירט אין לאגער. אין די לעצטע טעג האבן זײ שוין נישט באװיזן צו פארברענען די קערפערס. האט מען זײ פארקאפעט אין נאענטן װאלד. צומארגנס װידער אן אפעל פון אלע מענטשן. ײדן װערן אפגעפירט אויפן פלאץ אנטקעגן קרעמאטארױם. די רעשט זענען צוריק אין לאגער ארײן• מיר, צװײ ברידער. זענען אנטלאפן צוריק אין לאגער ארײן װו מ׳האט אונז ארײנגענומען און גוט באהאנדלט. 2 טעג זענען מיר געװען אין לאגער אן עםן. אויפז צװײטן טאג קומט א באפעל צו שיקן טראנםפארטן צופוס קײן װײ־ מאר. פיל זענען אויפן װעג געפאלן אדער דערשאםן געװארן. אין װײמאר האט מען געפאקט צו 120 מאן אין א װאגאן• צװײ װאכן זענען מיר געפארן אין אזא שרעקלעכן מצב. פון ססס2 מענטשן זענען מיר געבליבן 300.
אויפן װעג זענען מיר אראפגעגאנגען. עם איז שוין געװען אין די םודעטן. מ׳האט געגעםן גראז און פיל מענטשן זענען געשטארבן. מ׳איז געלעגן אויף טויטע, מ׳איז געװארן װי חױת, אײנער האט דעם צװײטן געהרגעט• בײ א באמבאךדירונג זענען מיר זיך צעלאפן פון די װאגאנען. מיר זענען אבער צוריקגעקומען גישט האבנדיק װו צו גײן און װאם צו עסן. נאך צװעלף טעג שרעקלעכע יםורים זענען מיר אנגעקומען קײן טערעזענשטאט װו מען האט אוגז געגעבן עםן און אנטו־ עכץ. דארט בין איך מיטן ברודער קראנק געװארן אויף א שװערן טיפום. 8.5.1945 זענען מיר באפרײט געװארן. מינכען, 15.6.46 גבית־עדות פון צעשע דיאמענט דיאמענט צעשא געבוירן דעם 15.4.1928 אין ^מז^״מ&ס געגאנגען ביז צום קריג אין שולע, אין קריג צוגעלערנט זיך. געװען אין לאגערן ג ־•3111 ,6618611־611§י361 ,,8^13,111^י0ב1סס81?02 ,2י61<261י01 ,16106;>1 .03,0118111 ,1161111^1 * 11 1 לל ,£3,11 געהאט פארן קריג עלטערן, 3 ברידער און 2 שװעסטער. איצט געבליבן מיט איץ שװעםטער, װוינט אין לאנדםבערג. א נאכט פאר דער אויםזידלונג־אקציע, איז געקומען צו אונדז א באקאנטער, װעלכער האט געארבעמ אויף דער זשאגדארמעריע, און האט אונדז דערצײלט אז מארגן פרי, הײבט זיך אן די ערשטע אויםזידלונג פון גאנץ16111111מ061 און אומגעגנט.
מיר האבן נישט געװארט. מײן גאנצע פאמיליע, ד.ה. מײנע עלטערן, 3 ברידער און 3 שװעםטערס זענען ארויף אויפן בוידעם, אויף װעלכן עם איז געװען א קלײנע מאםק׳ירטע אפטײלונג. דארט האבן מיר אלע מיט נאך עטלעכע שכנים זיך באהאלטן. מיר זענען געװען צוזאמען 17 פערזאן צװישן זײ צװײ קלײנע קינדער. די אױסזידלונוגס־אקציע האט זיך אנגעהויבן באלד צומאר־ גנם פרי. מיר האבן דורך א קליץ פארמאסקירט פענצטערל אלץ געקענט זען. די .8.פ לײט מיט די ײדישע קאנפידעגטן א4814־* 82414 ,1אמיסא6ס8 14ץ82 און אנדערע האבן ארויסגעטריבן ײדישע פאמיליעם אויפן גאס, געשלאגן דאבײ שרעקלעך. ײדישע פארמעגנס אויף װעלכע מ׳האט געארבעט דאס גאנצע לעבן, זענען געגאנגען צום גרונט. עס האבן זיך כסדר געהערט געשרײען פון .8.8 לײט, װײנען פון קינדער און פרויען. מענטשן זענען געפאלן אונטערן האגל פון קוילן װי די פליגן. מיר האבן צוגעזען גרויזאמע ״םצענעס״: א ױנגע פרוי איז צוגעלאפן צו א פוילישער פרוי און געװאלט איר אװעק־ געבן איר קינד, דאס האט אבער דערזעו א •3-3 מאן און האט דאם קינד גלײך דערשאםן. די מוטער פון קינד איז משוגע געװארן. דער .8.8 מאן האט זי אויך דערשאםן.
דער ײדישער פארעטער * 3,8 13,1 ^1 װעמעס טאטן זענען געװען בארימט אין גאנץ :6111115״״ ד1כאץ אומגעגנט, איז ארומ־ געגאנגען מיט זײן שמעק־הונט. בײם געפונען אן אויםבאהאל־ טענעם ײד האט ער געהײםן דעם הונט אים בײםן׳ נאכהער האט ער אים צוגעשטעלט צום טראגםפארט. ער האט געװויגט מיט א גויע און געהאט מיט איר א קינד, זײנע עלטערן האבן זיך באגראבן פון שאנדע, זײ זענען אויך געװען אין כמיעלניק. בעת דער אקציע האבן זיך זײנע עלטערן און געשװיסטערס אויסבאהאלטן אויף א בוידעם, ער האט פון דעם געװוסט, און אװעק אהין מיט עטלעכע זשאנדארמען. די שװעםטערם האבן אים געבעטן ער זאל זיך דערבארעמען. ער האט אבער נישט געװאלט הערן און זײן גאנצע פאמיליע מיט אײגענע הענט איבערגעגעבן אין די הענט פון די מערדער, סון װעלכע זײ האבן באקומען שרעקלעך געשלאגן. די אויםזידלונג פון שטאט און פון דער אומגעגנט חאט געדויערט עטלעכע טעג, מען האט די ײדן קאנצענטרירט אין און דאן זײ געשיקט אין זאמל־פונקט אין