Original scan
Original memorial-book scan 359
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1146

717 צודײ גבױת־עדות 718 און גישט באהאלטענע, זאלן זיך צושטעלן אין ״האסאג״ ארײן. מיר האבן געהאט א זארג מיט דער מינדעריעריקער שװעסטער, אבער באצאלנדיק דעם װאכפירער, האט מען זי אויד מיטגענומען. צװײ יאר זענען מיר געװען אין קיעלצער ״האסאג״. מיר״ צװײ ברידער, האבן געארבעט בײם טראנספארט, ארומגעפארן אין די שטעט גאד פראװיאנט, אײן שװעסטער האט געארבעט אין מאגאזין, אײנע — אין קוך. אין ,האםאג״ קיעלץ זענען געװען 450 ײדן פון פארשידענע שטעט. פאר דער צײט האט מען א פאר ײדן דערשאםן. אײנמאל האט א װערקשוץ געראטן א ײנגל ער זאל ארויס צדם אויטא מיט קארטאפל און זיך נעמען אביסל קארטאפל, װעט ער האבן װאם צו עסן. דאם ײנגל איז צו צום אויטא געמען קארטאפל, האט ער אים דערשאםן. בעת דער אויםזידלונג קײן פיאנקי, סקארזשיסק, האט מען עטלעכע ײדן װעלכע האבן זיך אויםבאהאלטן, דערשאסן, א געװיםן דוד פיעפש, מאשקאװיץ מיט א טאכטער, װילטשיק א.א. דער װערקשוץ לאכמאן האט זײ דערשאסן. געשטראפט האט מען דארט מיט 30 שמיץ. 2 מאן זענען געשטארבן פון ארבעטן איבער די כוחות, מאנכע זענען גע־ װארן קרעצעדיק פון דער ארבעט. מען האט 16 שעה געארבעט און דערצו באקומען געשלאגן• די ײדישע פאליצײ האט געטרײ מיטגעהאלפן די דײטשן. דעם קאמענדאנט פון דער פאליצײ, מאטע פיסאזש, האט מען בײם אנטלויפן דערשאםן.

passage_017afd54aa54266fbcc31438
Passage 2normalized OCR · source chars 1148-2217

איך האב געהאלפן צװײ חברים פון מײן ארגאניזאציע אנטלויפן. איך האב געארבעט אויסערן לאגער, האב איך זײ געקענט העלפן. מיר האבן געהאט קאנטאקט מיט די םטאשעװער חברים װעלכע האבן זיך געפונען אין די װעלדער. זײ האבן אונז געשריבן מ׳זאל צו זײ אנטלויפן. די מינדעריעריקע שװעםטער איז געװען אין געפאר׳ מ׳זאל זי אװעקשיקן. עם איז אונז אבער געלונגען זי זאל בלײבן און מיר האבן זיך געהאלפן. װען די רוםישע אפענסױוע האט זיך אגגעהויבן האט מען אונז געשיקט פון קיעלץ קײן פזשעדבאזש בײ פיעטריקאװ־טריבונאלסקי. דארט האבן מיר געארבעט בײ אקאפעס, שוץ־קעלערן אץ פאנצער־גרובנס. 12 שעה אין טאג האט מען געארבעט — מענער און פרויען. עס איז געװען צום עסן. פיל ײדן האט מען דארטן דערשאםן מיט דער טענד״ אז זײ האבן געװאלט אנטלויפן. אײן פרוי איז יא געלונגען צו אנטלויפן. פון פזשעדבאזש האט מען אונזערע צוױי שװעםטערם גע־ שיקט קײן דײטשלאנד אין ארבעטם־לאגער ראװענםברוק און אונז קײן טשענסטאכאװ און האםאג ארײן מיט אלע אנדערע ײדן• דארט האב איך געארבעט אין א דרוקערײ, דער ברודער — בײם טראנספארט. אין טשענםטאכאװער ״האסאג״ איז שוין געװען ערגער״ פיל שװאכע ײדן האט מען געשאםן. געװעז סעלעקציעם און מ׳האט געשיקט קיץ דײטשלאנד.

passage_50d3233e2684f015ac0391e8
Passage 3normalized OCR · source chars 2219-3227

די געקומענע פון קיעלצער האםאג האבן געטראגן רויטע ארעמבענדער, די םקארזשיסקער געלע לאטעם. מיר האבן געהײםן ״פאנעס״׳ זײ — די ״שקלאפך. די לעצטע 4 װאכן האט זיך די לאגע פארערגערט. מען האט געשלאגן, די ס. ם. האט איבערגענומען דעם לאגער, האט זיך אנגעהויבן א הונגער׳ צװײ אפעלן א טאג. דעם 13.1.1943 האט מען אונז אװעקגעשיקט קײן בוכענ־ װאלד. אנקומענדיק קײן בוכענװאלד האט מען זיך אפגערעכנט מיט די ״קאפאס״ און פארעטערם, זײ גוט צעשלאגן און אױף 3 אויםגעפירט טויט־שטראף. דארט האט מען אונז גענומען אין דער לאזשניע ארײן זיך באדן, אלץ צוגענומען, אפגעשוירן די האר און אנגעטוען ״פא־ שיאקעס״ און ארײנגעשיקט אין קלײנעם לאגער ״קװאראנ־ טאנע״. עס האבן זיך אנגעהויבן יעדע גאכט אפעלן׳ װעלכע האבן געדויערט שעהן. און דאס אלץ בײ פרעסט און דין אנגעטאן. מען האט פון אנהויב נישט געארבעט׳ נאר ארומגעדרײט זיך און מיט אײן זופ מיט £ ברויט זיך דערנערט. אין א באראק האבן זיך געפונען 1500 מענטשן. פון שמוץ און קראנק־ הײטן זענען מענטשן װי די פליגן געפאלן• נאר װאם ערגער ם׳איז געװען׳ אלץ מער איז געװען האפענונג און גלויבן אין דער באלדיקער באפרײאונג.

passage_cb24b16e15a84bb91dd1f41a
Passage 4normalized OCR · source chars 3229-4354

יעדן טאג זענען אנגעקומען טויזנטער טראנספארטן. גאנץ אוישװיץ האט מען אהער עװאקואירט. אין בוכענװאלד האבן זיך געפונען פון 10 יאר צוריק דײטשע קאמוניסטן, װעלכע האבן זיך גוט באצויגן צו די העפטליגגע, צוגעגעבן האפענונג, געהאלטן רעפעראטן. זײ האבן געשאפן א געהײמע ארגאניזא־ ציע, געהאט אין געהײם א ראדיא, געװער. געװעזן איז דארט א באראק מיט קינדער װעלכע זײ האבן געלערנט. מען האט אונז אנגעהויבן שיקן קײן ״װײמאר״, 8 ק״מ פון בוכענװאלד, װו מען האט געארבעט בײ די גרוזעם פון די באמבארדירונגען פון װעלכע מ׳האט ארויסגענומען טויטע. 2 חדשים האט מען בײ דעם געארבעט. פיל העפטלינגע זענען געהרגעט געװארן פון די באמבעס. טאג־טעגלעך זענען מיר געזעסן אין שוץ־קעלערם• עסן האט מען געהאט. נאך א באמ־ בארדירונג האט מען ראבירט פון די שטיבן עםן. נאכהער איז געקומען א באפעל: אלע מוזן צוריק אין לאגער ארײן. מען האט מער גישט געקענט ארויס. דער פראנט איז געװארן נענטער, מ׳האט שוין געהערט שיםן און באמבארדירן דער־ נעבן• די לאגער־עלטעםטע האבן אונז צוגעגעבן האפענונג, אז מ׳װעט בלײבן לעבן, מ׳װעט אונז נישט ארויסשיקן. אין א אײגעם א פארנאכט, הערט מען װי דער מיקראםאן פון לאגער מעלדעט אלע ײדן צוצושטעלן זיך אויםן באפעל־ פלאץ. קײנער האט זיך נישט צוגעשטעלט, די לאגער־פאליצײ

passage_bc25f54300f8a98207c673e9