Original scan
Original memorial-book scan 358
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1118

715 פ נ ק ם כ מ י ע ל נ י ק 716 פון װארשע איז אויך געקומען א קריםטן ״אירענא״ מיט אומלעגאלע ברױו און צײטונג. אײן צעזאמענפאר האבן מיר געהאט אין םטאשאװ. אין א יאר ארום׳ אנהויב 1942, איז אנילעװיטש װידער געקומען. ער האט שלעכט אויםגעזען נישט צום דערקענעז• ער האט זיך געװונדערט זעענדיק בײ אונז אינדערהײם דאם עסן, אין דער צײט װען אין װארשע איז שוין געװען הונגעד. מיר האבן אים געהאלטן אין געהײם. אויף אן אספה גיט ער אונז איבער װעגן דער לאגע אויף דער װעלט און פון די ײדן. פון אים האבן מיר געהערט די ערשטע ידיעה פון בעלזשיץאוןװעגןדערסיטואציעפוןװאר־ שעװער געטא. ער האלט די אםפה אין גײםט, אז דער אײנ־ ציקער װעג איז א װידערשטאנד. ער זיגגט אונז העברעאישע לידער און פראפאנירט אונז צו שאפן שטיצע פאר ארעמע װארשעװער חברים• מיר האבן גלײך אונטערגענומען אן אקציע צו שיקן געלט און פאקעטן. נאך זײן אװעקפארן האט ער צו אונדז געשיקט א מײדל. ״טאבקא׳/ זי זאל אנפירן מיט דער ארגאניזאציאנעלער ארבעט פון ראדאמער גליל. אויך ״װיגא״ איז װײטער פון צײט צו צײט געקומען. פון דעמלט אן האט מען אניעלעװיטשן מער נישט געזען. זײנע ארטיקלען האט מען אבער געלעזן אין דער געהײמער צײטונג. װען עס איז געװען א צוזאמענפאר, האבן מיר פון קיעלץ געשיקט אײן דעלעגאט•

passage_78cfeb38094f803d9903750a
Passage 2normalized OCR · source chars 1120-2208

נאכהער איז געקומען א באפעל מ׳זאל פארן אין קבוץ קײן טשענםטאכאװ, מיר זענען נישט געפארן װײל אין דער זעל־ בער צײט האבן מיר פארלוירן דעם קאנטאקט מיט װארשע• צוליב די אויםזידלונגען דארט. אין א צײט ארום האבן מיר װידער א ידיעה, אז ם׳איז פאראן א פלאן ארויסצונעמען פון כמיעלניק יוגנטלעכע קײן װארשע צום קאמף, װעלכער גרײט זיך דארט. נאר אײן חברה. א געװיםע בלומא םאמעטבאנד איז דאן אהינגעפארן• זי איז דארט העלדיש געפאלן. װען די אויםזידלונג האט זיך בײ אונז אנגעהויבן איז גע־ קומען צו אונז א חברה פון װארשע, טאשע אלטמאן, מיטן צװעק מיטצונעמען חברים קיץ װארשע. נאר זי האט געטראפן נאך דער אויםזידלוגג, נאר אײן חבר האט זי מיטגענומען׳ דוד שניפער, װעלכער איז אויך דארט העלדיש געפאלן. די אויסזידלונג איז פארגעקומען 6.10.1942. זעקסאינדערפרי האבן די מיט צוױי װאגאגען אנגעקומענע דײטשן, אוקראינער און לאטישן, ארומגעשטעלט די שטאט און צחאמען מיט דער ײדישער פאליצײ׳ ארויסגעטריבן די ײדן צו דער אקציע אויפן םלאץ פון דער טארגאװיםקע, אלץ פץ זײ צוגענומען. איבערגעלאזט פאליצײ מיט נאך 72 ארבעטספעאיקע. דערשאסן האבן זײ 110 מאן נישט פעאיקע צום אװעקגײן• געיאגט האבן זײ די אומגליקלעכע ײדן ביז כענטשין — 45 ק״מ צו דער באךסטאציע.

passage_d238bbf90642892e83f78276
Passage 3normalized OCR · source chars 2210-3251

אויפן װעג זענען געפאלן םיל קרבנות. איבערגענעכטיקט האט דער טראנםפארט ײדן אין דארף מארװיצא װאלא פאר קיעלץ׳ היגטערן פרײען הימל. װיםנדיק פריער װעגן דער אקציע האט אונזער משפחה פארלאזט די שטאט און ארײן קײן ראקעװ. נאר איך מיט א ברודער און א שװעםטער זענען געבליבן אויםפארקײפן זאכן• אין דער נאכט פון דער אקציע זעגען מיר, װעלנדיק ארײן קײן ראקעװ צו די עלטערן, דרײ מאל באפאלז געװארן דורך די פאליאקן׳ װעלכע האבן אונז באראבירט. זײ האבן אונז געװאלט הרגענען אראפװארפנדיק פון צוג, דאס זעלביקע׳ װאס זײ האבן א טאג פריער געטאן אין דארף דרוגגיא מיט 7 אנדערע ײדן. אנקומענדיק ענדלעך צו אונזער פאמיליע האט זיך אבער אין א פאר טעג דא אויך געמאכט די אויסזידלונג און מיר זענען אלע אנטלאפן אין װאלד ארײן. זײענדיק זיבן טאג אין װאלד׳ האבן מיר געטראפן ליגן דארט צװײ ײדישע פרויען׳ װעלכע די פאליאקן האבן דער־ מארדעט און בארויבט. מיר האבן באשלאסן צוריקצוגײן קײן כמיעלניק, װו עס האט זיך געשאפן א קלײן געטא. 3 װאכן זענען מיר געװען אין געטא׳ געארבעט האבן מיר בײ אויםלעירן די ײדישע שטיבן און אויספארקױפן די זאכן. דורך די 3 װאכן האט מען פיל ײדן געשאםן און אנגעטאן אלערלײ צרות.

passage_4b5cd079a06a27a5329f5974
Passage 4normalized OCR · source chars 3253-4402

עם קומט א באפעל אויסזידלען די ײדן קײן סטאפניץ. אין דעם טאג האבן מיר׳ איך מיט מײן ברודער׳ צוריקגײענדיק פון דער ארבעט שוין מער נישט געקענט אהײם צו די על־ טערן, װײל דער געטא איז געװען ארומגעשטעלט. לויפנדיק צו דער באן האבן מיר געזען װי ײדן באהאלטן ױך אין א קעלער. מיר זענען אויך דארט ארײן. בײנאכט הערנדיק אז עם איז שטיל׳ זענען מיר ארוים פון קעלער און געלײגט זיך אין א שטוב שלאפן. די ײדישע פאליצײ האט אונז דארט געטראפן און ארעסטירט. זיצנדיק אין ארעםט אץ זײענדיק אין םכנה׳ איז אונז געלונגען אויסצומאכן א לאך און אנטלויפן. אין שטאט זענען נאך געבליבן 60 ײדן — פאכמענער. מיר האבן זיך באהאלטן אויף א בוידעם. די ײדישע פאליצײ האט אונז װידער געטראפן און באפוילן צו אנטלויפן, װען נישט װעט מען אונז דערשיםן. דאן איז אונז געלונגען צו באהאלטן זיך בײ א גוטן פרײנט, א טישלער, 3 טאג אין ױין בונקער. אנקומענדיק קיץ סטאפניץ, האט מען דארט מײן פאטער דערשאסן. מיץ מוטער מיט א ברודער זענען אװעק מיט דער אויסזידלונג. צוױי שװעסטערן זענען אנטלאפן םון טראנם־ פארט און אנגעקומען קיץ כמיעלניק צו דעם זעלבן גוטן פרײנט, דעם טישלער, װעלכער האט זײ געבראכט צו אונז אין בוגקער אריץ• דערוױיל איז געקומען אן אויטא פון קיעלצער ״האםאג״ מיט א באפעל צו דער ײדישע פאליצײ, אז אלע באהאלטענע

passage_02e1f68ff4045796a57359d7