Original scan
Original memorial-book scan 357
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1141

צװײ גבױת־עדות אויפגענומענע דורד דער היסטארישער קאמיםיע אױ מינכעו באלד נאר דער מלחמה גבית״עדות פװ יחיאיל מאפע אװ קילמו מאפע יחיאל מאפע געבוירן אין 2.2.1924 במיעלניק. געענדיקט פאלקם־שולע. פון בארוף — דרוקער׳ זװינט אין טירקהײם. זיץ ברודער קלמן מאפע געבוירן 20.5.1926 אין כמיעלניק — געענדיקט פאלקם־שולע וװינט אויד אין טירקהײם. װען די נאצים זענען ארײן 15.9.1939 האבן זײ פארברענט דאס בית־המדרש, צוזאמעננעמענדיק 100 ײדן מיטן רב בראש. האבן זײ א טײל פון זײ דערשאסן. א טײל האט באװיזן צו אנטלויפן, צװישן די לעצטע איז געװען דער רב• אין די ערשטע צײטן האבן די דײטשן גענומען צו דער ארבעט ספעציעל חסידים און פון זײ געמאכט בילדער. אײן ײד האבן זײ געפירט ביז קיעלץ אויף אן אויטא און ער האט געמוזט זיצן אויף א חזיר דעם גאנצן װעג. געארבעט האט מען בײ װעגן, געהאקט שטײנער, מעליא־ ראציע, פרויען — בײ קאפען טארף• דער בורמישטש האט פארװערט צו גײן אין די הויפט־ גאסן. מיר האבן געװוינט אין מארק און אלע ײדישע פענצטער װאם זענען ארוים אין מארק האט מען געמוזט פארשמירן מיט װײס, בכדי מ׳זאל נישט זעען װאם עם טוט זיך אויפן מארק• דער געטא איז געװען אן אפענער. אין מארק און אין צװײ הויפט־גאםן האט מען נישט געטארט גײן, פאר כאפן אויםער דער שטאט, האט מען פיל יידן געשאסן•

passage_40cee96ba1b18fdc528a6b67
Passage 2normalized OCR · source chars 1143-2227

מ׳האט געטראגן ארעמבענדער, געװען ,זאקלאדניקעם״ און גרויםע קאנטריבוציעם. יעדע פאר טאג זענען געװען רעװי־ זיעס און רויבונג פון ײדישן פארמעגן. דער ױדנראט און די ארדנונגם־דיגםט איז אין אלגעמײן נישט געװען קײן שלעכטע. דעם פרעזעם ״זאלצמאך האבן די ס. ס. בײנאכט דערשאםן עם האבן זיך געשאפן ארויםפאר־לאגערן אין פאדלענזשע און װישנױװקע, װו מענער פון 14 יאר אן האבן געארבעט בײ האקן שטײנער און מעליאראציע, געצאלט האט מען פאר די ארבעט 20 זל. א װאך. עס איז געשאפן געװארן אן אלגעמײנע קוך פאר ארעיע און צוליב דער טיסוס־עפידעמיע װעלכע האט זיד אנגעהויבן פארשפרײטן, האט זיך געשאפן א שפיטאל און א םאניטארע דינסט. עם זענען געװען מוםרים און אויך האבן זיד געסונען מײדלעד װעלכע האבן זיך אפגעגעבן מיט דײטשן צוליב א געשעפט. א געװיסער שאיע פאסטאק׳ אן אגענט םון זשאנדארמעריע האט געהאט געװער און אנגעטוען גרויסע צרות די ײדן, די דײטשן האבן אים דערשאםן. דער ״השומר הצעיר״, די ארגאגיזאציע צו װעלכער איך האב געהערט פארן קריג און געװען א מיטגליד אין װעד, האט מען נאכן ארײנקומען פון די נאצים װידער אויפגעשטעלט. זײענדיק אפגעריסן פון דער צענטראלע, האט מען קיץ פאלי־ טישע ארבעט נישט געפירט, נאר קולטורעל זיך אויסגעלעבט.

passage_f23a4b82be5608d9ef20d031
Passage 3normalized OCR · source chars 2229-3295

נאך א פאר װאכן עקזיסטענץ פון דער ארגאניזאציע, איז געקומען צו אונדז א חבר פון דער צענטראלע, מרדכי אניע־ לעװיטש, דער שפעטערדיקער קאמענדאנט פון װארשעװער געטא־אויפשטאנד. ער האט גלײך צוזאמענגערוםן א פארזאמלונג פון די אק־ טױוםטע 6 חברים, זי איז פארגעקומען אין א װעלדל 3 ק״מ פון שטאט. ער האט זיך אויםגעפרעגט װעגן אונזער ארבעט, אוגז איבערגעגעבן א פאליטישן באריכט איבער דער װעלט־ סיטואציע, אונז געגעבן אומלעגאלע בלעטלעך. ער האט אונז מודיע געװען, אז דער ״השומר הצעיר״ עקזיסטירט וױיטער און ס׳װערט געפירט אן ארבעט, אז די אנפירערשאפט איז אין װילנע און זי האט א קאנטאקט מיט איר און אז עם זענען אויך פאראן ידיעות פון ארץ־ישראל. אויף דער ,2־טער פארזאמלונג האט זיך געשאפן א קן פון 60 מאן. פון אונז איז אניעלעװימש אפגעפארן קײן םטאשאװ. פון דאמאלט אן האבן מיר כםדר געהאט קאנטאקט מיט װארשע, דערהאלטן ברױו און אן אומלעגאלע צײטונג, װעלכע ם׳האט געברענגט א ײד מיט ארישע פאפירן מיטן נאמען ״װיגא״. אונזער ארבעט: מ׳האט וױיטער ארגאניזירט ױגנטלעכע. געפירט אספות אץ געלערנט זיך לויט די מעגלעכקײטן. מערםטנס אססות זענען סארגעקומען אין װאלד, אדער אין א פארמאםקירטן בוידעם־שטיבעל היגטער דער שטאט.

passage_40a556d0b4ba0844f568f93d
Passage 4normalized OCR · source chars 3297-3483

עס האבן זיך געסונען געװיםע ײדישע פאליציאנטן, װעלכע האבן נאכן דערװיסן זיך װעגן אונזערע אססות אוגדז אונ־ טערדריקט, געװאלט שיקן אין לאגער ארײן, מיך אײנמאל אײנגעזעצט און ארעםט אויף צוױי טעג•

passage_af25e84cab1b9972b70eaddf