מנשה מאנצאזש / אױ די יארו פװ דער היטלער־איןופאציע (תל־אביב) אין די לעצטע יארן פארן אויסברוך פון דער צװײטער װעלט־מלחמה האב איך געװוינט מיט מײן פרוי און קינד אין סאסנאװיעץ. שוין עטלעכע טעג פארן אויסברוך פון קריג האט זיך געמאכט א גרויסע בהלד״ וױיל מען האט געשפירט אין דער לופט דאס דערנענטערן פון קריג. אויגוסט 1939 האט די בהלה אנגענומען א גרויםן פארנעם. מײן שװאגער״ ױאל סקורעצקי, װאם האט געװוינט אין במיעלניק, האט געהאט אן אײגענעם לאסט־אויטא און איז געקומען יעדן צוױיטן טאג אין פארשידענע געשעפטס־אנגעלעגענהײטן קײן םאסנאװיעץ. די פאניק װאם ער האט בײגעװוינט, האט אים איבערצײגט, אז זײנע נאענטע קרובים אװ באקאנטע מוזן פארלאזן סאסנאװיעץ. איך האב באשלאסן, און מיט מיר די כמיעלניקער פרײנט און באקאנטע אהרן בער פרידמאן אין יאםל מאשקאװיטש, צו שיקן אונדזערע פאמיליעם קײן כמיעל־ ניק. מיר, די מענער, זענען געבליבן אויפן פלאץ, װײל מיר זענען געװען מיליטער־פליכטיקע•
געצײלטע טעג נאכן אפפארן פון אונדזערע משפחות, פרײטיק׳ האט די קריג אויםגעבראכן. צומארגנס׳ שבת, האט מען אויםגערופן אויף דער םאםנאװצער באן־םטאציע, .אז אלע מיליטער־פליכטיקע זאלן זיך מעלדן בײ דער נאענטסטער מיליטער־מאכט. דער רוב האט שױן אבער נישט באװיזן זיך צוצושטעלן צום מיליטער. נישט קלערנדיק פיל האבן מיר געכאפט א לאםט־צוג און אװעק אין דער ריכטונג פון אלקוש־ מיעכאװ. אויפן װעג זענען מיר באמבארדירט געװארן דורך דעם דײטשן לופט־פלאט און מיר זענען בנס ניצול געװארן. נאך א גאנצן טאג פארן זענען מיר אנגעקומען קײן אלקוש, װו מען האט נאך שטארקער באמבארדירט. אויך דער צוג׳ אויף װעלכן מיר זענען געפארן איז באמבארדירט געװארן. מיר האבן געמוזט דעם צוג פארלאזן און לויפן צופום אין דער ריכטונג פון כמיעלניק, דורכן װעג דזשאלאשיץ, מיעכאװ, װײסליץ ביז בוסק. פון בוסק האבן מיר נאך שנעלער אנגע־ הויבן לויפן קײן כמיעלניק. אפלויפנדיק עטלעכע קילאמעטער, האט אונדז א פויער אפגעשטעלט און געזאגט: כמיעלניק ברענט.
מיר זענען צוריקגעגאנגען קײן בוםק, און אין עטלעכע שעה ארום זעגען מיר װידער געגאנגען קײן כמיעלניק שוין נישט דורכן װעג נאר דורכן פעלד. טויט־מידע זענען מיר אנגעקומען קײן כמיעלניק הינטער דער שטאט צום ברײער, װו עס האט געװויגט איטשע מאיר דאמב. אנקומענדיק האבן מיר געטראפן א כמיעלניקער קצב, יאנקעלע מענדעלעװיטש, װעלכער האט אונדז איבערגעגעבן, אז די דײטשן האבן פארברענט דאם מנשה מאנצאזש בית המדרש און אז אלע כמיעלניקער ײדן זענען באהאלטן. קײנער באװײזט זיך נישט אין גאס. דורך פארשידעגע אונטער־ געםלעך האבן מיר זיך דורכגעשלאגן — יעדער אײנער צו זײן משפחה. איך בין מיט די לעצטע כוחות אגגעקומען צו מײן פרוי און קינד, װעלכע האבן זיך געפונען בײ מײן שװאגער ױאל סקורעצקי, װעלכער האט געװוינט בײ משה יהושע שטשערבע אויף דער קעלצער גאם• ארײנקומענדיק אין שטוב און נישט באוױיזנדיק ז־״ך אנפרײען מיט דער משפחה אפילו קײן אײן שעד״ האט מען שוין דערהערט װילדע געשרײען אין דײטשז ״העראום״ (ארויס!). מיר אלע האבן פארלאזט די װוינונגען און ארײן אין משה יהושעם סאד. די דײטשן האבן ארײנגעשאםן און אויפן ארט איז דערמארדעט געװארן ישעיהו שמואלם זון, ידידיה מארגוליעס. זײ האבן באלד שטרענג פארארדנט, אז שלום מאנצאזש, זון פון מנשר״ אומגעקומען אין אשװיןינסשים, הי״ה