727 פנקסכמיעלניק 728
אלע מענער זאלן גײן פארויס. זײ האבן אונדז געטריבן ביז ארויס אויפן קעלצער װעג צו א פלויט, װו עס האט געװוינט משה׳ל קאמינםקי און באפוילן•. ״הענדע הויךי.״ אזוי זענען מיר געשטאנען מיטן פנים צום פלויט, אויך מיץ סז יעריקער ײנגל שלום און אלע מענער פון הויז. שטײענדיק אזוי, איז אנגעקומען א דײטשער אפיציר, װעלכער האט באפוילן, מיר זאלן גײן פארויס. מיר זענען געגאנגען מיט די הענט אין דער הויך׳ ביז מיר זענען אגגעקומען צו דער שול. פלוצלינג האט אונדז דערזען פון פעגצטער דער כמיעלניקער חזן, ר׳ יעקל קאפעלעװיטש. ער האט אונדז פון פענצטער געװונקען. או קײנער היט אונדז נישט. מיר זענען זיך באלד צעלאפן יעדער אין זײן שטוב. קומענדיק אהײם צום שװאגער, האבן מיר זיך אנגעטראפן אויף א שטארק געװײן פון די שכגים און פון דער פרוי פון ידידיה מארגוליעס, װעמענס מאן איז דערשאםן געװארן. דער קערפער איז נאך געלעגן א װארעמער אין םאד. די םיבה פון ארײנשיםן םפעציעל אין דעם הויז. װי איך האב זיך דערװוסט שפעטער, איז געװעזן, װײל װען די כמיעלניקער פאליצײ האט פארלאזט דאס שטעטל, האט זי ארגאניזירט א מיליץ פון קריםטן און ײדן. פון די ײדן האבן זיך באטײליקט : משה ױיזעפ שפערלינג׳ װאלף מאשקא־ װיטש, קלמן קאזאק און נאך עטלעכע. די ײדישע מיליציאנטן האבן זיך געדרײט מיט געװער פאר משה יהושעם הויז און די דײטשן האבן דאס באמערקט בײם ארײנקומען אין שטאט. אײנער פון דער מיליץ, װאלף מאשקאװיטש, האט זיך געדרײט אויף שמירה אויף דער פינטשעװער גאס מיט א ביקס אויף דער פלײצע. אין דער מינוט איז אנגעקומען א דײטשער טאנק, אין װעלכן עס איז געװעזן א סאלדאט. ער האט גערופז מאשקאװיטשן. יענער האט אבער נישט פארשטאנען. דער טאנק האט זיך דערנעגטערט, געעפנט א פײער פון מאשין־ געװער און האט אים צעריבן ממש אויף שטיקער. דעמ קערפער האט מען נאכהער צונויפגעקליבן שטיקלעכװײז און
געבראכט צו קבר ישראל. נאך דעם פאל האבן זיד אלע כמיעלניקער ײדן באהאלטן און פארשלאסן, װײל דער פחד איז געװעזן גרוים. אין אװנט איז אנגעקומען פיל דײטש מיליטער, װעלכע האט זיך פארשפרײט אין דער גאגצער שטאט. שטאטישע שקצים האבן צוזאמען מיט די דײטשן אנגעהויבן זוכן פארמלחמהדיקע קהילה־לײט. אין דער זעלבער נאכט זענען אין גרויםן בית המדרש ארײנגעטריבן געװארן : דער ראקאװער רב, רב אליעזר יהושע עפשטיץ, דער כענטשי־ נער רבי מיט אן אײדעם, װעלכער האט זיך צופעליק געפוגען בײם ראקאװער רב, בערל שמש (טראמבעצקי), שמואל אליהו וױיל, ױאל אונגער, שבתיל ביאלאגורסקי, חײם נתן גאלד־ שטײן׳ הערשל גאלדשטײן׳ בערך 30 ײדן, װי אויך דער שטאטישער גלח און נאך. די דײטשן האבן דאס בית המדרש אונטערגעצונדן• ארויסלױפנדיק פון ברענענדיקן בית המדרש זענען דערשאסן געװארן: בערל שמש׳ ױאל אונגער, שמואל אליהו וױיל און שבתיל ביאלאגורסקי, דער סארמלחמהדיקער ירעזעס סון דער קהילה, איז בלויז םארװוגדעט געװארן. אין דער זעלבער נאכט איז דערשאםן געװארן פרוי רידעלניק. װעלכע האט צופעליק ארויסגעקוקט פון פעגצטער׳ װען דאם מיליטער האט מארשירט אויפן װעג קיץ בוסק•
די דײטשן האבן מארשירט דינסטיק׳ מיטװאך׳ דאנערשטיק. פרײטיק איז געבליבן אן אפטײלונג פון דער דײטשער זשאנ־ דארמעריע און א קלײנע פארװאלטונג. די זעלבע װאר האט מען גערופן אין שול אריץ פיל ײדן און א דײטשער אפיציר האט גערעדט װעגן צוריקשטעלן די ארדענונג אין שטאט. צװישן די ײדן אין שול האט זיך אויך געפונען אברהם לאנג־• װאלד. דער אפיציר האט אים באמערקט און האט באפוילן׳ ער זאל זיץ דער ״ױדן־עלטסטער״ און צו שאפן א ״יודענראט״. אברהם לאגגװאלד האט זיך געװאנדן צו די פארמלחמהדיקע קהילה־לײט, זײ זאלן בילדן דעם ױדנראט. כמעט אלע האבן זיך אפגעזאגט, בלויז געצײלטע פערזאנען זענען געבליבן. ער האט זיך אויך געװאנדן צו די עםקנים פון פארטײען, אויך זײ האבן אפגעזאגט צוליב פחד. צום םוף האט ער זיך פאר־ שטענדיקט מיט געװיסע עםקנים און בעלי־בתים פון דער שטאט, װעלכע זענען, לויט זײן אײנזען געװעזן פאםיק פארן ױדנראט. ער האט זײ אלע צונויפגערופן אויף א זיצונג מיטן אנטײל פון אן ס.ס.־מאן, װעלכער איז געװעזן דער באפול־ מעכטיקטער פון דער דײטשער מאכט.
דער ס.ס. מאן האט פארארדנט און באפוילז די צײטװײליקע אמטירנדיקע פון ײדישע ענינים: ױסף קלײנערט, אפרים זאלצבערג און יחיאל דאמב במשך 15 מינוט צונויפצורופן אלע פארמלחמהדיקע קהילה־לײט און באלד האט יחיאל דאמב מיט דער הילף פון אנדערע מודיע געװעזן װעגן דעם צוזא־ מענטרעף. עס זענען געקומען בערך 18 ײדן, דער ס.ס.־מאן האט קורץ דערקלערט ״איר זײט דער ױדנראט״, װעגן אײער װײטערדיקער ארבעט װעל איך אײך צװויסנגעבן. דאס איז פארגעקומען אין א צימער פון לאנגװאלדם הויז. אין יודנראט זענען ארײן פאלגנדיקע פערזאנען: אברהם לאנגװאלד — ױדנעלטםטער ; ױםף קלײנערט, דוד זאלצמאי, אפרים זאלצבערג׳ משה לעװענשטיץ, יחיאל סטאשעװסקי• שמחה יעדװאבגי׳ מרדכי מארקאװיעצקי, לײבוש שולזינגער. יאםל פעפער׳ משה װײםגאלד (פון לאדזש), אנשל םציזאריק, יחיאל דאמב און נאך אנדערע. אין ױדגראט איז געװעזן א ספעציעלע אפטײלונג ״דער ארבעטס־אמט״ בראש פון װעלכן עס זענען געשטאנען דוד זאלצמאן און אפרים זאלצבערג•
באלד גאכן שאפן פון ױדנראט האבן די דײטשן ארויפ־ געלײגט אויף דער ײדישער באפעלקערוגג א גרויםע קאנטרי־ בוציע פון אן אומגעהויער גרויםער סומע געלט, ביזשוטעריע און זילבער־כלים, װעלכע די כמיעלניקער ײדן האבן געמוזט צושטעלז צום טערמין. נאכן צושטעלן די קאנטריבוציע זענען געקומען פאדערוגגען אויף וױיטערדיקע קאנטריבוציעם. אלע געלטער זענען צוגעשטעלט געװארן צו דער צײט מיט דער באטײליקונג סון די ארעמסטע שיכטן. דער ױדנראט האט געמוזט זארגן דערפאר, אז אלץ זאל זיץ סינקטלעך אוים־