729 מנשה מאנצאזש — אין די יארן פון דער היטלער־אקופאציע 730 געפירט♦ אויך פארן שאפן דעם ױדנראט זענעז אדוי^לייגט געװארן קאנטריביוציעם. באלד דערנאך האט זיך אנגעהויבן די פרשה פון כאפן ײדן אויף ארבעט. דער ארבעטס־אמט בײם ױדנראט האט געװאלט אײנארדענען דעם עגין פון ארבעט אזוי, אז מען זאל נישט דארפן כאפן אויף די גאםן. דאן האט זיך דער ארבעטס־אמט געװאנדן, אז די זאך זאל דערלעדיקט װערן דורך צושטעלן יעדן טאג א רשימה פון מענטשן צו דער ארבעט. פארמעגלעכע מענטשן האבן זיך אויםגעקויפט פאר געלט און אנדערע האבן פאר זײ געארבעט. דער ױדנראט איז געװעזן אײנקװארטירט אין לאנגװאלדס הויז, שפעטער אויך אין אנדערע ערטער.
אין צװישנצײט איז אנגעקומען א פאלקס־דײטש, א דאקטאר פון פאמאזשע, װעלכער האט, לויט א פארארדענונג פון דער דײטשער מאכט געדארפט פארנעמען דעם פלאץ אלס שטאט־ דאקטאר אויפן ארט פון ד״ר נתן באלאנאװסקי. ד״ר באלא־ נאװסקי האט זיך קעגנגעשטעלט און איז געװארן ארעסטירט, אװעקגעשיקט קײן בוסק אין תפיםד״ באשולדיקט געװארן אין קאמוניזם, און דער פרעמדער דאקטאר האט פארנומען זײן אמט, זײן דירה װי אויך די לאבאראטאריע. ד״ר באלא־ נאװסקי איז אויך באשולדיקט געװארן אין פארשידענע אנטי־ דײטשע אקציעם. בערך צען חדשים איז ער געזעםן אין תפיםה. מיט דער הילף פון ױדנראט און זײן ערשטער פרוי איז ער באפרײט געװארן׳ מען האט אים אבער צוגענומען די רעכט אלם דאקטאר. שפעטער איז ער געװען דאקטאר אין ײדישן שפיטאל אין געטא.
דער דרוק פון די דײטשן מיט קאנטריבוציעם און אנטי־ ײדישע געזעצן איז געװאקםן פון טאג צו טאג. די נויט איז געװאקסן און פרנםה־מקורות זענען אײנגעשרומפן פון טאג צו טאג. דאם שיקן אויף ארבעט איז געװארן פון טאג צו טאג פיל שװערער. עם איז געקומען דערצו, אז דער ױדנראט, לויט דער פארארדנונג פון די דײטשן, האט געפאדערט 300 מענטשן צו שװערער ארבעט קײן סלופיע. צו יענער צײט איז געװעזן אין כמיעלניק א לאדזשער ארטיסט, מאניעק פאםטערנאק, װעלכער איז, בעת דער אקופאציע, אגגעקומען צו זײן משפחה קײן כמיעלניק. ער האט געקאנט זײער גוט רעדן דײטש און איז געװעזן כמעט שטענדיק דער פארמיטלער צװישן ױדנראט און דער דײטשער אקופאציע־מאבט. ער איז געפארן קײן סלופיע צו די כמיעלניקער ״קאטארזשניקעס״ אויף א באזוך. אין א צײט ארום האבן א טײל כמיעלניקער אנגעהויבן צוריק־ קומען פארמאטערטע פון שװערער ארבעט, האלב־פארפײ־ ניקטע און הונגעריקע. אײנציקװײז זענען פיל פון דארט אנטלאפן און צום סוף איז קײנער מער דארט נישט געבליבן. אין א צײט שפעטער איז געװארן א גרויםע בהלה אין שטאט• מען האט געפאדערט נאך א גרעסערע צאל מענטשן קײן ביאלא־פאדלאםק, בײ דער רוסישער גרענעץ, צו טריקע־ נען זומפן. דער ױדנראט האט ארויםגעשיקט ארבעטם־קוױט־ לעך, ספעציעל צו ױגנטלעכע; הױת אבער װי עס זענען געװעזן ספעציעל פרױויליגירטע, װעלכע האבן שטענדיק
גענאםן פון פראטעקציע און נישט געגאנגען צו דער ארבעט. האט די ױגנט זיך בײ דעם פאל קעגנגעשטעלט אץ נישט געװאלט אויםפירן דעם באפעל• אין דער זעלביקער צײט איז געשאפן געװארן די יידישןן פאליצײ, װעלכע האט באקומען דירעקטױון פון ױדגראט. אין דער שפיץ פון דער ײדישער פאליצײ האט זיך געשטעלט מאניעק פאסטערנאק און זײן פארטרעטער, לוי גאנצארסקי, װי אויך נתן שװער, יחזקאל מעלמאן, אליעזר בוגײסקי, מאטים דרוקאזש, נפתלי טוכמאן, שלום איטשע לעװעגשטײן, לייביש אונגער, אלתר שטײנפעלד, שמעון פײנגאלד, אברהם פערלע־ גער און נאך פיל אנדערע.
דער דאזיקער פאל פון קעגנשטעלן זיך מצד דער ױגגט דעם דײטשן באפעל האט ארויםגערופן גרויס כעס בײ די דײטשן. באלד זענען אנגעקומען ם.ס.־לײט פון קעלץ מיט היגט, װעלכע האבן מיט כוח צונויפגעזאמלט די ױגנטלעכע אויפן פלאץ פון קאשטשיאל. די היגט האבן זיך געװארפן אויף די מענטשן, הערנדיק דאם װארט ״ױדע״. מיט דער הילף פון דער ײדישער פאליצײ זענען אלע אװעקגעשיקט געװארן קײן ביאלא־פאדלאםק צו שװערער קאטארגע־ארבעט. זײ האבן געליטן נויט און הונגער, געארבעט אונטער דער אויפזיכט פון מיליטער־לייט. אין א צייט ארום זענען צו זיי געקומען אויף א באזוך שמחה יעדװאבני און ױסף קלײגערט, װעלכע האבן געזען אויפן ארט דאם אומגליק. צוריקקומענדיק האבן זײ דעם ױדנראט אלץ איבערגעגעבן. נאך א גרויםער אינטערװענץ, װאס האט געקאםט פיל געלט זענען דער רוב באפרײט געװארן. צוריקקומענדיק זענען אלע קראנק געװארן אויף טיפוס און נאך אנגעשטעקט אנדערע• פיל זענען טאקע פון דעם טיפום געשטארבן.
די לאגע אין שטעטל איז געװארן א שװערע. די שטאט איז פארארעמט געװארן, פיל בכבודיקע משפחות זענען ממש געשטארבן פון הונגער. עס זענען אנגעקומען פליטים פון פיל עװאקואירטע שטעט פון דער דײטשער גרענעץ. עס זענען אנגעקומען פלאצקער און גלאװנער ײדן, אויך לאדזשער. די לאגע איז געװארן אומדערטרעגלעך• פיל פרנםות פון בכבו־ דיקע מענטשן האבן זיך אויסגעלאזט. אלע דירות זענען באזעצט געװארן מיט פליטים. קײנער הא.ט שוין מער נישט געװוינט ברחבות. בײ אט דער אומדערטרעגלעכער לאגע איז געשאפן געװארן דער ײדישער הילפס־קאמיטעט פאר נויט־ באדערפטיקע, װעלכער האט געהײםן אין פוילישן ז׳.ס,ס. (״זשידאװסקא םאמאפאמאץ ספאלעטשנא״). בײ דעם קאמיטעט איז געעפנט געװארן א םאציאלע קוך, װו עם איז יעדן טאג פארטײלט געװארן אביםל עסן פאר הונגעריקע. אין שפיץ פון דעם קאמיטעט איז געשטאנען ױםף קלײנערט. ישכר קאגערצוקער, יעקל פרידמאן, שמחה יעדװאבני. מיט איבערנעמען די ארבעט אין הילפס־קאמיטעט האבן זיך ױםף קלײגערט און שמחה יעדװאבנע אפגעזאגט פון ױדן־ ראט. אלם לײטער פון דער קוך װאם האט פארטײלט יעדן טאג